דאנערשטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת, שר וגדול נפל בישראל
נעכטן ביינאכט איז אנגעקומען פון לאנדאן די ביטערע בשורה, איבער די הסתלקות פון כ"ק הגה"צ אבד"ק ביקאווסק, הגה"צ רבי חיים פינטער זצ"ל, אין עלטער פון 78 יאר.
דער ביקאווסקא רב זצ"ל איז געווען פון די גאר חשובע רבנים אין שטאט לאנדאן, ממלא מקומו בקודש פון זיין גרויסן פאטער מקים ובונה עולמות של תורה הגה"צ ר' שמעלקא פינטער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק, דער רב זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם אייכענשטיין זצ"ל מזידטשויב שיקאגא, און א שוואגער מיט כ"ק האדמורי"ם מזידטשויב שיקאגא, לויעב טשערנאביל, און נאוואמינסק.
דער רב זכר צדיק לברכה האט איבערגענומען דעם כתר הרבנות פון זיין גרויסן טאטן אלס אב"ד ביקאווסק אין לאנדאן, און געשטאנען בראש פון די בארימטע "פינטערס שוהל" אין צענטער פון שטאט, אזוי אויך האט ער משמש געווען אלס נשיא מוסדות יסודי התורה, וואס זיין פאטער הגה"צ ר' שמעלקא פינטער זצ"ל האט מייסד געווען און אנגעפירט לאנגע יארן בעוז ותעצומות, דער רב זצ"ל האט ממשיך געווען די עבודת הקודש און געשטאנען אין שפיץ פון אלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די צענטראלע מוסדות יסודי התורה סיי פאר די יונגלעך און סיי פאר די מיידלעך, און געשאפט ריזיגע געלטער אויפצוהאלטן דעם ריזן נעץ פון תורה און חינוך.
דער רב זצ"ל איז געווען מפארי הרבנים אין שטאט לאנדאן, באשיינט אלע מעמדים און כינוסים און אסיפות הרבנים, געשטאנען כחומה בצורה קעגן די נסיונות הדור, און משמיע געווען דעם דבר השם ברמה אין יעדע געלעגנהייט.
די לעצטערע יארן נאך וואס דער רב זצ"ל האט געליטן א סטראוק רח"ל, איז ער ליידער געווען היבש אפגעשוואכט, און מיט די לעצטע כוחות איז ער ווייטער געקומען אין בית המדרש און אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש. יעצט ביינאכט אין לאנדאן האט דער רב פלוצלינג געליטן א הארץ אטאקע רח"ל, און טראץ די פראוון פון די חברי הצלה, איז ליידער באשטעטיגט געווארן די ביטערע בשורה אז דער רב האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה ליוצרה, לדאבון לב אלפי תלמידיו ומעריציו, בני קהילתו הקדושה און די גאנצע חסידישע געמיינדע אין שטאט לאנדאן.
די לוויה וועט פארקומען היינט דאנערשטאג נאכמיטאג אין שטאט לאנדאן פון בית מדרשו אויפן וועג צום ענפיעלד בית החיים.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments