top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבר על שבר • הרה"ג ר' מרדכי זעליג שעכטער זצ"ל משגיח ישיבת רבינו חיים בערלין נפטר געווארן

דינסטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת - שבר על שבר


בצער רב איז אויפגענימען געווארן די בשורה פון ניו יארק איבער די פריצייטיגע פטירה פון הרב הגאון רבי מרדכי זעליג שעכטער זצ"ל לאנגיעריגע מרביץ תורה אין משגיח אין ישיבת רבינו חיים בערלין בנו הגדול פונעם זקן ראשי הישיבת הגאון האדיר רבי אהרן משה שעכטער זצ"ל ראש ישיבת רבינו חיים בערלין, וואס האט יעצט אינדערפרי אויסגעהאכט זיין נשמה אין עלטער פון צוויי אין זעכציג יאהר, נאכן נישט זיין געזונט אין די לעצטערע יארן.


זיין פטירה רופט אויס גרויס צער אין טרויער ביי תלמידי רבינו חיים בערלין, וועלכע האבן אין די לעצטערע חדשים מתפלל געווען לרפואת רבי מרדכי זעליג בן שושנה, אבער ליידער איז די גזירה שוין געווען פארשריבן, אין דער נאכט איז ער נפטר געווארן לדאבון לב תלמידיו וכל מכיריו, שטייענדיג ככלות השלושים צו די פטירה פון זיין פאטער די זקן ראשי הישיבת.


די לוי' גייט ארויס היינט 11:00 פארמיטאג פונעם היכל ישיבת רבינו חיים בערלין אין פלעטבוש, אויפן וועג צום בית החיים אין לאנג איילענד ווי ער וועט קומען לקברה.


יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

bottom of page