top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאמשינוב באזוכט אין די 'הדסה' שפיטאל דורכצושמועסן פארשידענע וויכטיגע עניני רפואה

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א היסטארישע שריט איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א דעם דאנערשטאג ערב ראש השנה אנגעקומען צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים, אויף א דריגענדע זיצונג מיט איינער פון די העכסטראנגיגע פראפעסארן אין די שפיטאל, צו דורכשמועסן פארשידענע וויכטיגע שאלות העומדים על הפרק.


דאס קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע חדשים צוריק האט דער אמשינובער רבי שליט"א געהייסן די חסידים נישט זיך צו באנוצן מיט די שערי צדק שפיטאל, צוליב וואס די פרייע פארוואלטונג פון די שערי צדק שפיטאל פירן דורך פארשידענע זאכן שלא על פי תורה, אומאויסגעהאלטענע מעדיצינישע פראצעדורן וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט דעת תורה, און דעריבער זאל מען ליבערשט גיין צו די שפיטאל הדסה עין כרם וואס שטעלט זיך מער צו צום חרדישן ציבור.


נאך וואס אין די לעצטערע וואכן האט זיך ארויסגעשטעלט פארשידענע שאלות אנבאלאנגט די פירערשאפט אין די הדסה שפיטאל, בנוגע חילולי שבת וכדומה ווען עס איז נישט פיקוח נפש, איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין א היסטארישע שריט אנגעקומען צום הדסה שפיטאל אויף א געמיינזאמע אסיפה מיט די העכסטע פראפעסארן אין שפיטאל און די הויפט פארוואלטונג, אין באזונדער מיטן שפיטאל דירעקטאר יורם ווייס, צו קלארשטעלן דעת תורתו הקדושה אויף די דאזיגע שאלות, און אויפברענגען די וויכטיגקייט פון זיך צושטעלן צו דעת תורה, וואס נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


אין די גאר פארנומענע שעות פון ערב ראש השנה נאכמיטאג, איז דער רבי געזעסן מיט א רואיגקייט און דורכגעטון די אלע ענינים בכל פרטיה ודקדוקיה, און באוויזן צו משפיע זיין גאר שטארק אויף די פארוואלטונג, וועלכע וועלן זיך האפענטליך צושטעלן צו די ווילן פון ריינע חרדישע אידן ההולכים בדרך המסורה.




Kommentare


bottom of page