top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • המחנך הרה"ג רבי אפרים זלמן שטיינווארצל זצ"ל

דאנערשטאג פ' ויחי • ט"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת: תושבי בארא פארק באוויינען די אבידה, מיט די פטירה פון הרה''ג רבי אפרים זלמן שטיינווארצל זצ''ל, לאנגיעריגער מחנך אין שטאט בארא פארק, וועלכער איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון ניין און פופציג יאר, נאכן זיך מוטשענען ל"ע מיט די ביטערע מחלה ה"י.


די נפטר איז געוועהן א זוהן פון הגה''צ רבי משה דוד שטיינווארצל זצ''ל ראש ישיבת באבוב, אין אן איידעם ביי יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מאסטראוו קאלאשין שליט''א פון סידערהוירסט. לאנגע יאהרן האט רבי אפרים זלמן געדינט אלס מרביץ תורה אין די ישיבה תורה תמימה וואו ער האט מעמיד געוועהן הונדערטער תלמידים לשם ולתהילה, שפעטער איז ער אויפגענימען געווארן אלס מגיד שיעור אין ישיבת מבקשי השם.


יאהרן לאנג האט ער געדינט אלס רב פון די שראום מענאר מושב זקנים וואו ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר אירע איינוואוינער, ליידער איז ער אוועקגעריסן געווארן אין בליענדן עלטער, נאכן זיך מוטשענען מיט די ביטערע מחלה ה"י, ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך זרע ברך השם. צווישן זיינע שוואגער'ס ציילט זיך יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט''א וועלכע איז נאך לעצטענס געקומען צו פארן קיין ניו יארק מבקר חולה צו זיין זיין שוואגער ע''ה.


די לוי' גייט ארויס היינט 9:00 אויפדערנאכט פון לעלובער ביהמ''ד אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק אויפן וועג צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט וואו ער וועט קומען קבורה אויפן חלקת ראחמיסטריווקא.




コメント


bottom of page