top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי לפלא • האד' מסאסוב פאראויס געזאגט מלחמה אין ארץ ישראל | ווידיאו

מאנטאג פ' בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


דברים קילוירן לעיניים זענען געהערט געווארן דעם הושענה רבה - א קארגע מעת לעת בעפאר עס האט אויסגעבראכן דער מלחמה אין ארץ ישראל דורך כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א וואו די רבי האט פאראויס געזאגט דעם יעצטיגן שעת מלחמה.


די רבי שליט''א האט ביי די תורה ליל הושענה רבה א לענגערע צייט ארומגערעט איבער מלחמת גוג ומגוג אין בתוך דבריו נאכגעזאגט פונעם, אברבנאל, דער ברטנורא אין נאך פריערדיגע מקורות אז דער זמן פונעם מלחמת גוג ומגוג איז אום יו''ט סוכות אין מאריך געוועהן איבער די כלי זין די ד' מינים מיט וואס מען קען בייקומען די מלחמה.


די רבי שליט''א האט מסיים געוועהן מיט פלא'דיגע דיבורים זאגנדיג אז מיר געפינען נישט אין קיין גרינגע טעג, כלל ישראל איז אנגעוויזן אויף גרויסע ישועות, אין בפרט האט די רבי באטאנט דאס אז מען האט דאס יאהר נישט געבלאזן שופר דעם ערשטן טאג ראש השנה אויף וואס די גמרא דריקט זיך אויס מיר גאר שארפע לשונות אין אזא פאל וואס מען בלאזט נישט שופר אנהייב יאהר, אין נאך פארשידענע טעמים וואס ווייזט אז ס'איז נישט קיין פשוט יאהר אין מען דארף גרויס רחמי שמים. די רבי האט אויסגעפירט אז מיט תפילות וועט מען זיכער קענען ממתיק זיין די דינים אין די רבי האט מעורר געוועהן איבער מורא מקדש נישט צו רעדן ביים דאווענען.



Opmerkingen


bottom of page