top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הגה''צ רבי אלימלך שיף זצ''ל - אדמו''ר מליזענסק בעיה''ק ירושלים

דאנערשטאג פ' חקת בלק - י' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: יהודה פרקוביץ


ברוך דיין האמת


מיט גרויס צער אין ווייטאג קומט אן די ביטערע בשורה פון עיה''ק ירושלים איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק מגזע אראלים ותרשישים רבי אלימלך שיף זכר צדיק לברכה האדמו''ר מליזענסק וואס איז יעצט אויפדערנאכט נסתלק געווארן אין עלטער פון 75 יאהר.


די רבי זכר צדיק לברכה איז געוועהן האשפיטאליזירט די לעצטע פאר וואכן ליידנדיג פון געזינטהייט קאמפליקאציע'ס, היינט נאכמיטאג איז די רבי באפרייט געווארן פון שפיטאל אין א קורצע צייט דערויף איז ער צוזאמגעפאלן אין שטוב אין ליידער אויסגעהאכט זיין נשמה לדאבון לב משפחתו מכיריו וכל בית ישראל.


די לוי' גייט ארויס מארגן ערב שבת 10:30 פארמיטאג פונעם בית הלויות סנהדירה אין ירושלים אין וועט דורכגיין פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים אויפן וועג צום הר המנוחות ווי די רבי וועט קומען לקבורה אויפן חלקת 'מחזיקי הדת'.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


bottom of page