top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מטשערנאביל צום ערשטן מאל אנגעטוהן ווייסע בעקיטשע כמנהג אבותיו

מיטוואך פ' וזאת הברכה • י"ב תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


בחצר הקודש טשערנאביל (בארא פארק) האט מען אויך יום הקדוש געדאווענט אינעם שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויף יו''ט ראש השנה אויפן שטח וואו עס ווערט געבויעט די נייע ביהמ"ד הגדול, נאך וואס אין די פארגאנגענע יארן פלעגט מען ארויסדינגען א זאל.


דאס יאהר האט די רבי שליט''א צום ערשטן מאל אנגעטוהן 'בגדי לבנים' - א ווייסע בעקיטשע כמנהג אבותיו כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל זצוק''ל ולמעלה בקודש.


מוצאי יו''כ ביים טיש איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט פון צוויי אייניקלעך ביים רבי'ן שליט''א, בן הנולד ביי בנו הרה"צ ר' משה יהושע טווערסקי, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, און בן הנולד ביי נכדו הרב משולם זוסיא טווערסקי, זון פון הרה"צ ר' מרדכי טווערסקי בנו הגדול פון רבי'ן.




bottom of page