דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת
מיט שאק אין שוידער האבן חסידי באבוב אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די פלוצלומדיגע פטירה פונעם גר צדק האדם היקר באנשים, ר' דוד יוסף קידיבינסקי ז''ל מחשובי חסידי באבוב אין טאראנטא וועלכע איז ליידער דער נאכט געפינען געווארן נישט בין החיים אין זיין שטוב אין טאראנטא.
דער נפטר האט ביי די זיבעצן יאהר זוכה געווען אריינצוקומען תחת כנפי השכינה, און זיך געפירט ווי א חסידישע איד בכל התוקף. ער איז אלס בחור אריין לערנען אין די באבוב'ער מתיבתא וואו ער איז שטארק נתקרב געווארן דורך חסידי באבוב זייענדיג מקיים דעם ואהבתם את הגר. באזונדער האט ער גענאסן א קירבה יתירה ביי כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א, זיין חתונה איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק ווי דער באבובער רב שליט"א איז געווען די עומד מצד החתן, זיין חתונה איז אפגעראכטן געווארן ווי א שמחה בחצר המלוכה מיט די באטייליגונג פון אלפי חסידי באבוב מלובש בבגדי שבת. נאך די חתונה האט ער זיך צוריק געצויגן צו זיין וואוינארט אין טראנאטא וואו ער האט אויפגעשטעלט א הערליכער חסידישער שטוב לשם ולתפארת אין איז געוועהן פון די חשובע מתפללים אין די באבוב'ער ביהמ''ד אין שטאט, ר' דוד יוסף האט זיך געהאלטן פאר א דורכגעווייקטער באבובער חסיד אויף אזוי ווייט אז פאר א פרעמד אויג האט זיך נישט געקענט דאכטן אז ער איז אין זיינע יונגע יארן נישט געווען פונעם עם הנבחר. דער נאכט איז ער ליידער געפינען געווארן אין זיין שטוב נישט בין החיים, ווארשיינדלעך נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע, זייענדיג אלט 37 יאהר אין איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדערגעבענטשטע שטוב מיט יתומים. די לוי' איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג פון באבוב'ער ביהמ''ד אין טאראנטא וואו הרה''ג רבי יהושע פירער ראש הכולל באבוב אין טראנטא האט מספיד געוועהן דעם נפטר מיט וועם ער האט אנגעהאלטן גאר א נאנטן קשר דורכאויס די יאהרן.
יהא זכרו ברוך
Comments