top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השלם זה הבנין • גיגאנטישער בנין בנות ציון ד'באבוב פייערליך נתחנך געווארן ביים מעמד 'חנוכת הבית'

מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


אין א יום טוב'דיגע שטימונג איז דעם מאנטאג געפייערט געווארן דער מעמד נשגב 'חנוכת הבית' פאר'ן נייעם ריזן בנין הגדול פון בית חינוך לבנות בנות ציון ד'באבוב וואס איז בסייעתא דשמיא נאך גאנצע דריי יאהר פון עמל ויגיעה נתחנך געווארן אין אהערגעשטעלט ברוב פאר והדר כלול בהדרו, א פראיעקט וואס האט אפגעקאסט די פאנטאסטישע סומע פון קרוב צו זעכציג מיליאן דאללער וואס איז אונטערגענימען געווארן דורך אלפי חסידי באבוב און נדיבים בעם וועלכע האבן זיך גרופירט מיט א געמיינזאמע אנטשלאסנקייט לבנות מעוז ומגדל, דעם פרעכטיגן אכט שטאקיגער בנין וואס געפינט זיך אין צענטער פון שטאט בארא פארק הארט נעבן די צוויי בנינים אדירים פון בנות ציון ד'באבוב און עפענט אירע טויערן דעם היינטישן מיטוואך בשעה טובה ומוצלחת פאר די אלפי תלמידות כ"י.


לכבוד דעם לאנג ערוואטערטער מאמענט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א באשטימט דעם חגיגת חנוכת הבית אינאיינעם מיטן מעמד בקשת רחמים מיט א כח הרבים מתפלל צו זיין על חינוך בנותינו ועל עתיד דורותינו. די מעמד איז פארגעקומען אינעם נייעם פראכטפולן אודיטאריום אינעם בנין ווי עס איז געווען אויסגעלייגט הונדערטער זיצן און א גרויסער בימת הכבוד פאר די רבני ופני המזרח.


אין די נאכמיטאג שעהן איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א ערשינען אינעם נייעם פראכטפולן געביידע אין איז ווארעם ענטפאנגען געווארן דורך די הנהלת המוסדות, די רב האט קובע געוועהן א מזוזה אין דאן מכבד געווען די נדיבים בעם הנגידים ר' לייבל רובין, ר' יענקל ריגער, הרה"ג ר' חיים ארי' ליפשיץ און ר' אלי' ליפשיץ צו קלאפן מזוזות.


דערנאך איז די רב שליט''א אראפ צום אודיטאריום זאל וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה, דער רב שליט''א איז ארויס מגדרו אין אליין געדינט אלס שליח ציבור זייענדיג מחנך דעם בנין בכח התפילה. נאך מנחה האט די רב שליט"א אויפגעטראטן מיט דברות קודש לכבוד המאורע אין משמיע געוועהן דברים קילורין לעיניים בעניני חינוך הבנים והבנות און מעורר געווען זכות אבות און זכותו הגדול פון די מייסד הבית חינוך אביו הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצוק"ל. בסיום דבריו האט זיך די רב שליט''א מעומק לבו הטהור, פול מיט התרגשות, באדאנקט פאר פאר די נדיבים בעם און בכללית פאר כל קהלא קדישא, די אלע אידן וועלכע האבן גענימען א חלק אין זיך משתתף געווען מיט סכומים הגונים יותר מכפי יכולתם אין נאר אדאנק די שטיצע האט מען זוכה געוועהן לברך על המוגמר און אזא קורצע צייט.


דערנאך האט די גאנצע ציבור אינאיינעם געזאגט פרקי תהילים בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש, מען האט געזאגט די ספעציעלע מזמורים וואס די רב שליט"א האט מסדר געווען צו זאגן ביי דעם מאורע וואו מען איז מתפלל אויף גוטע קינדער, מיט א הודעה על העבר אין א בקשה על העתיד, אין  האט די רבי מוסיף געוועהן עטליכע עטליכע מזמורים אויף צער השכינה ועל גאולתינו ועל פדות נפשנו.


דאן האט מען געזינגען ניגוני התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה. צום שלוס האט מען אויסגערופן די גרעסערע נדיבים בעם און די עסקני קרן הבנין ארויפצוקומען מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רב שליט"א.


דער ציבור האט פארלאזט די מעמד מיט אן התרגשות של שמחה צוזעהנדיג מיט די אייגענע אויגן די הרחבת גבולי הקדושה אויף אזא הערליכע פארנעם וואו עס שרייט זיך ארויס דעם רוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.



































































Comments


bottom of page