top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת קודש פרשת שלח בחצרות הקודש‎



כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א וועט אפרעכטן דאס ערשטע שבת בקרב חסידיו אין ניו יורק נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת – די תפלות ועריכת השולחנות וועלן געפראוועט ווערן בבית מדרשו של אביו אין בארא פארק, מיט די באטיילעגונג פון הונדערטע תושבי העיר.

אזוי ווי ברייט באריכטעט דורכאויס די וואך, עפענען זיך דעם שבת עטליכע בתי מדרשים אין ניו יורק: אין דזורסי סיטי עפענט זיך די נייע 'ביהמ"ד דחסידי סקווירא' בנשיאות כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' פנחס משה טווערסקי שליט"א מסקווירא-גרינוויל חתן כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א און דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם ערשטן עריכת השולחן נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת. אין מאנסי עפענט זיך די נייע ביהמ"ד 'מאירת עינים נאפקאר' בנשיאות הרה"צ ר' הערשל פעקעטע שליט"א. אין מאנסי עפענט זיך אויך די נייע ביהמ"ד 'שרגא המאיר' בנשיאות הרה"צ ר' משה חיים שנעעבאלג שליט"א.


כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וויילט אויף דעם שב"ק אין שטאט צפת אויף אפרוה.

כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א איז צוגאסט אויף דעם שב"ק אין אתרא קדישא מירון, אויף א שבת התאחדות מיט די חסידים.

 

שמחת בית ראחמיסטריווקא וויזניץ: שבת אויפרוף פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א החתן בן הגה"צ ר' מאיר יוסף רובין שליט"א דומ"ץ ראחמיסטריווקא בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא-פאראקאוועי שליט"א וחתן הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א בת לבנו הרב דוד דוב האגער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר משאץ-וומס"ב שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.

שמחת בית טעמעשוואר סאטמאר: שבת אויפרוף פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א בן לחתנו הרב יעקב יצחק לאבין שליט"א מרבני סאטמאר-ב"ב בן הגה"צ אב"ד מזידטשויב חרדים שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בת לחתנו הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל בן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א – אין ביהמ"ד טעמעשוואר אין בני ברק ווי עס וועט אויך פארקומען די שמחת הפארשפיל אויף מוצאי שבת.

שמחת האופרוף בן זקוניו של הגה"צ רבי דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזשניץ בית שמש עם בת הגה"צ רבי משה בראנדסורפר גאב"ד היכל הוראה בביהמ"ד וויזשניץ בבית שמש.

שמחת האויפרוף פון אייניקל ביי הגה"צ רבי אברהם אליהו הלוי וואזנר אב"ד שבט הלוי ברכפלד, בן לחתנו הרב שלמה הניג שליט"א, אין בית המדרש שבט הלוי אויף רחוב יהודה הנשיא בברכפלד.

שמחת השלום זכר פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א בן הבכור ביים יונגסטן קינד הרב שמואל צבי הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ ר' מנחם נחום קאהן שליט"א אב"ד תולדות אהרן בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וחתן הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן - אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.

שמחת הקידושא רבא פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, בת הנולד אצל בנו הגה"צ ר' משה יהושע טווערסקי שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-ב"פ שליט"א - אין בית המדרש טשערנאביל אין בארא פארק.

שמחות הקידושא רבא און שלום זכר פון אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, און אור אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א. שלום זכר און קידוש פון די צווילינג קינדער ביי הרב צבי נחמן טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל-אשדוד שליט"א, און די קידוש לבת הנולדה ביי הרב חיים שלום דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מתתיהו דייטש שליט"א רב פון רמת שלמה - אין ביהמ"ד הגדול קרעטשניף אין קרית גת.

שמחת הקידושא רבא פון אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, נכדה לחתנו הרה"צ ר' מיכל דייטש רב דקהל מעיני הישועה, בת לבנו הרב יוסף דייטש שליט"א, חתן הרב חיים שלמה ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאלקא שליט"א חתן הגה"צ אב"ד מישקאלץ שליט"א – אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וומסב"ג.

שלום זכר פון אייניקל ביי הרה"צ ר' יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב בן לחתנו הרב יעקב קאהן שליט"א אייניקל פון הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א.

 

דעם שב"ק געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' משולם פייש השרף מטאהש זי"ע - א גרופע אידן וועלן פראווענען דעם שבת יארצייט אין שטאט טאהש אין אונגארן סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם בעל ההילולא. פרייטאג צונאכטס וועט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אפרעכטן דעם עריכת השולחן אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, צום ערשטן מאל אין די לעצטע דריי חדשים און מוצאי שבת וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט סעודה און מלוה מלכה בהיכל ביהמ"ד הגדול.


bottom of page