דאנערשטאג פ' כי תצא - ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
א זעלטן געהויבענע שבתא דריגלא איז אריבער אויף כלל חסידי זוועהיל בארץ הקודש, ווען מען האט מיט רגשי קודש אפגעצייכנט די יומא דהילולא קמייתא פונעם אומפארגעסליכן רבי'ן דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל, וועלכער איז נסתלק געווארן אויף א פלוצלינגדיגע פארנעם פארלאפענע יאר ב' אלול, לדאבון לב חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל.
לקראת די הילולא קדישא האבן חסידי זוועהיל זקנים עם נערים זיך אנגעשלאסן אין מערערע סדרי לימוד, כהכנה דרבה לקראת דעם גרויסן טאג. די בחורי הישיבות האבן געלערנט צענדליגע שעות רצופות, און מיט ווארעמע דרשות ממשפיעי ומגידי הקהילה האט מען זיך געגרייט צום גרויסן טאג, מקבל צו זיין די הייליגע השפעות. די גאנצע שבת איז געפראוועט געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול דחסידי זוועהיל אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים, בצל הקודש פון בנו בכורו ממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א. דער רבי שליט"א האט געדאווענט די תפילות פארן עמוד לרגל די יארצייט, און געפראוועט די טישן ברוב עם הדרת מלך, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה. ליל שבת קודש האט דער רבי אפגעראכטן די ערשטע חלק טיש ספעציעל געאייגנט פאר די תלמידי הישיבה, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו סועד זיין בשולחנו של רבי, און נהנה זיין פונדערנאנט במשנתו של אותו צדיק. דער רבי האט ארויסגעברענגט די הייליגע שאיפה פון אביו הגדול דער רבי זצ"ל, וועלכער האט אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות ארויסצוהעלפן די בחורים שטייגן בתורה וביראת שמים, און דאס איז געווען זיין עיקר ציהל אין די גאנצע חסידות. שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, וואס איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה. אויפן אויבן אן האט זיך אנגעזעהן די חשובע רבנים במשפחת המלוכה, די קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן זצ"ל, די קינדער פונעם פריערדיגן רבי'ן הרה"ק בעל אור אברהם זצ"ל, די ברידער פונעם רבי'ן זצ"ל דער בעל ההילולא. און נאך חשובע רבנים וחשובי העדה. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגע קידוש לכבוד די יארצייט, וואו פילע בחורים האבן מסיים געווען מסכתות אין ש"ס, כרצונו פונעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט דער רבי געפראוועט די טיש אינאיינעם מיט די אינגעלייט, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו עסן די סעודה מיטן רבי'ן, און הערן ווארעמע דברות קודש און פאסיגע דרשות פון חשובע מגידים, צווישן זיי הרה"ג ר' שמואל דוד גאלדמאן שליט"א רב הקהילה, וועלכער האט מאריך געווען מיט שיינע ענינים בשבחו פון זיין גרויסן ברודער דער רבי זצ"ל. אויך האט מען געהערט א דרשה דורך הרה"ג ר' הערשיל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת רוזין באיאן. ביי שלש סעודות האבן זיך ווידער צוזאמגענומען הונדערטער אידן זיך אנציווארעמען לאורו הגדול פונעם רבי'ן, כנהוג בבית זוועהיל האט מען נישט געזאגט קיין דברי תורה, נאר מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות און יארצייט ניגונים פאר א לענגערע צייט. נאך הבדלה זענען אריבער ביים רבי'ן אלע בחורים וואס האבן געלערנט איבער הונדערט שעות רצופות לקראת די יומא דהילולא, און דער רבי האט פארטיילט א מתנת קודש די ספר "יסוד צדיק מהדורת כיס. אזוי אויך איז לכבוד די הילולא קדישא ערשינען די הערליכע ספר נכספה, מיט רייכע פרקי חייו פונעם רבי'ן זצ"ל, איבער די געוואלדיגע עבודת החינוך און רייכע בילדער פון פעולות צדיק לחיים. זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו, וואו מען האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט און מעורר געווען רחמי שמים אויף כלל ישראל. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צו די לחיים טיש בהיכל ביהמ"ד הגדול, וואו עס האט אויפגעטרעטן כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א א שוואגער מיטן רבי'ן זצ"ל, און בנו חביבו פונעם רבי'ן זצ"ל הרה"ג ר' יעקב לייב גאלדמאן רב חסידי זוועהיל אין בני ברק. שפעט ביינאכט האט דער זוועהילער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויף א בליץ נסיעה קיין ניו יארק, צו מנחם אבל זיין ביי די פעטערס כ"ק האדמורי"ם והרבנים לבית ראחמיסטריווקא, צו די הסתלקות פון זקינו הגדול הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע.
Comments