דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
א בכבוד'יגע אויפנאמע איז פארגעקומען היינט אין קרית בעלזא ירושלים, לכבודו פונעם מעיאר פון שטאט אנטווערפען בארד דע וועבער, וועלכער איז באקאנט אלס א שטארקע אוהב ישראל, און שטייט כסדר צוהילף פון די אידישע געמיינדע אין אנטווערפען.
די באזוך איז אראנדזשירט געווארן דורך א קבוצה פון בעלזא עסקנים פון אנטווערפען, אינאיינעם מיט די ראשי הקהילה פון קרית בעלזא ירושלים, נאך וואס דער אנטווערפענער מעיאר איז אצינד אנגעקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל.
אנקומענדיג קיין קרית בעלזא ירושלים, האבן אפגעווארט א חשובע דעלעגאציע פון די ראשי ונכבדי הקהילה, אינאיינעם מיט די עסקנים פון אנטווערפען, און מען האט אים ארומגעוויזן די הערליכע בנין ביהמ"ד הגדול דחסידי בעלזא, און מסביר געווען אלע דעטאלן פון די מעכטיגע בנין בית המדרש הגדול, די תל תלפיות פון רבבות חסידי בעלזא ברחבי תבל.
דערנאך איז פארגעקומען א עלעגאנטע אויפנאמע ביי רייך געדעקטע טישן אין פאליש פון בית המדרש, אין שפיץ פון הרה"צ ר' חיים מאיר רוקח נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז געשטעלט געווארן אלס פערזענליכע שליח פונעם בעלזא רב צו שטיין אין שפיץ פון די קהילות און מוסדות דחסידי בעלזא אין אנטווערפען.
עס האט אויפגעטרעטן דער עסקן הרב ישראל אייכלער און אויפגענומען דעם מעיאר מיט פאסיגע ווערטער לכבודה של מלכות. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב יעקב קעניג מגדולי עסקני קהילת בעלזא אין אנטווערפען, און צום שלוס פונעם מעמד האט הרה"צ ר' חיים מאיר רוקח איבערגעגעבן א ספעציעלע מתנה פארן מעיאר, א ספר תהלים מיט א הקדשה.
Comments