top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד 'שואלים ודורשים' דורך לומדי כולל קהלת יעקב פאפא לקראת די ירח האיתנים

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג ערב ראש השנה איז פארגעקומען די מעמד 'שואלים ודורשים' דורך די רבני ולומדי כולל קהלת יעקב פאפא.


די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'עטרת אליעזר' אינעם בנין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג בראשות פונעם נשיא הכולל כ''ק האדמו''ר מפאפא שליט''א, וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן מערערע שאלות אין עניני חודשי אלול - תשרי וואו די רבני ולומדי הכולל האבן נושא ונותן געוועהן צווישן זיך, אויך די רבי שליט''א זעלבסט האט זיך אנגערופן עטליכע מאל אין מעיר געוועהן פארשידענענע הערות. נאכן מעמד האט די רבי שליט''א אנגעוונטשן ברכת הקודש לרגל סיום הזמן אין פארטיילט געבענטשטע האניג פאר די לומדי הכולל.







Comments


bottom of page