גרויס אויפברויז און צומישעניש הערשט אין ארץ ישראל נאכדעם וואס די ארטיגע רעגירונג האט אויסגערופן א ''לאק דאון'' פון ערב ראש השנה 00:2 נאכמיטאג ביז נאך שמחת תורה.
די פרטים און תנאים פון'ם ''סגר'' זענען נאך גאנץ פארנעפלט, אובער אין אלגעמיין מיינט עס אז מען טאר נישט ארויסגיין פון הויז מער פון 500 מעטער, חדרים, שולעס , און ישיבות, און אזוי אויך נישט וויכטיגע געשעפטן און ביזנעס, מוזן זיין פארשפארט, און בתי מדרשים זענען ערלויבט צו מאכן מנינים ווי נאר 10 מענטשן באטייליגן זיך.
דאס קומט נאכדעם וואס ס'איז איינגעשטעלט געווארן א נאכט -קופיו אויף אלע "רויטע זאנעס", אודער ווי אנדערע רופן עס, "די חרדישע זאנעס".
די נאכט קורפיוס זענען מער ווייניגער אויסגעפאלגט געווארן דורך די חרדישע עולם, אובער ווי ס'קו קט אויס, גרייט מען זיך אויף אן ערנסטע "מלחמה צושטאנד" דורכאויס די ימים טובים וואכן.
און די חרדישע עולם וועט ניטאמאל פרובירן אויסצופאלגן די אפיציעלע אנווייזונגען.
ווי עס ווערט איבערגעגעבן, איז זיך צאמגעקומען א ריזיגן עולם זאגן סליחות בצל האדמו''ר מ'ויזניץ שליט''א אין בני ברק, און ווען די פאליציי איז אנגעקומען האט די גאנצע ע ולם ארויסגענומען די מאסקעס. די פאליציי לייט האבן אפילו נישט פרובירט אריינצוגיין אין ביהמ''ד זעענדיג די פולקעפיגער ציבור, אזוי אויך איז געווען ביי סליחות פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, ווי עס האבן זיך מסתופף געווען א ריזן ציבור פון טויזנטער אידן כ''י.
א באזונדערע אויפברויז הערשט בחצר הקודש גור נאכדעם וואס די ממשלה האט געהאט פארשפראכן צו לאזן די עולם דאווענען מיט האדמו''ר שליט''א, דורך פארשידענע הסכמים וואס די עסקני הציבור האבן אויסגעפירט מיט די ארטיגע משרד הבריאות.
בכלליות זעהט מען א שטארקן אויפברויז אויף'ן ממשלה נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעוויזן איינמאל און נאכאמאל ווי זיי ציהלן דוקא די חרדישע עולם. און צוזאמען מיט דעם האט מען פארלוירן דאס לעצטע ביסל צוטרוי וואס מען האט נאך געהאט אין די רעגירונג.
צוליב דעם ערווארט מען א גאר צוהיצטע חודש מיט נאכאנאנדיגע אמפערייען און אפשר ביז געשלעג, צווישן שלומי אמוני ישראל, און די משטרה מיט די זיכערהייט באאמטע.
כלל ישראל איז מתפלל כי תעביר ממשלת זד ון מן הארץ, און מען זאל שוין זוכה זיין צו א גאנצע גאולה בב''א .
Comments