top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע יום טוב פורים המשולש אפגעראכטן בצל האד' מזוטשקא אין ירושלים של מעלה

  • Bechatzros admin
  • 20 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN


פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה בני ירושלים האבן זיך דעם יום טוב פורים המשולש געקלאמערט ביי די לעכטיגע ימי אורה ושמחה בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א וואס האט געפראוועט דעם זעלטענעם יום טוב פוירם המשולש בקרתא דשופריא תוך אמוני עם סגולה, אויף א דערהויבענעם פארנעם.


פרייטאג פורים דפרזים האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען שחרית אין א פריע שעה, און געליינט די מגילה, נאכן דאווענען האט דער רבי מקיים געוועהן די מצוות היום, נאך קורצע זמני כניסה האט דער רבי אפגעראכטן דעם שולחן הטהור לכבוד היום, און דערנאך ארויסגעפארן קיין עיה"ק ירושלים.


אלע תפילות און טישן דורכאויס שבת און די ימי הפורים האט דער רבי אפגעראכטן אין די ספרדישע ישיבה אור לציון אויף די אהלי יוסף גאס אין צענטער פון שטאט, וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן אויף שבת.


דער רבי שליט"א איז גאנץ געווען געוועהן אנגעטוהן מיט בגדי לבן כמנהגו אום פורים, און האט כסדר - דורכאויס דעם גאנצן שבת באטאנט די חשיבות און דער זכיה צו זיין פורים המשולש אין ירושלים נאנט צום מקום המקדש, מיט רגשי געגועין צו דעם מקום קדוש.


ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון הונדערטער אידן פון אלע עקן שטאט, וועלכער זענען געקומען מיטהאלטן דעם ערשטמאליגער זוטשקא שבת, דער רבי שליט"א האט שלא כהרגלו קידוש געמאכט ביים טיש בקול חוצב און דערנאך ממשיך געוועהן דעם שולחן הטהור ווי יעדער וואך, באגלייט מיט די זמירות און דברי תורה וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט באנאכט.


שבת אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט פסוקי דזמרה פארן עמוד, וואס האט געדויערט גאנצע צוויי שעה, מיט גרויס דביקות און השתפכות הנפש. ביי שלש סעודות נאכן זינגען די זמירות ווי יעדער וואך האט דער רבי אנגעהויבן עטליכע ניגוני התעוררות מאוצרו הטוב און משמיע געוועהן דברי כיבושין איבער די עבודה פון יעדן איד אין די הייליגע טעג פון פורים.


אויפצומארגנס זונטאג פורים דמוקפין האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית ביים כותל המערבי מיט א מנין חסידים, נאך א ווארימע תפילת שחרית איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט און אנגעהויבן די זמני כניסה וואס האט אנגעהאלטן לענגערע שעהן נאכאנאנד ביז די נאכט איז געפאלן, מיט א קורצע הפסקה צו מנחה.


בעת נעילת שער ארום 7:00 איז דער רבי ערשינען צום גרויסארטיגן משתה היין ברוב עם, וואס איז געוועהן איין שטיק דערהויבנקייט, דער רבי האט פאר לאנגע שעהן געהויבן דעם ציבור ביי די ריקודין עילאין, וואס האט יעדן אריינגעשלעפט אין א העכערע אטמאספערע פון שמחה של מצוה, און בין גברא לגברא משמיע געוועהן דברים נשגבים ביז נאך חצות הלילה ווען מען האט פארענדיגט דעם טיש.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page