דינסטאג פ' נשא א' - ד' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
תלמידי וחסידי כוונת הלב האבן פארלאפענעם ל"ד בעומר י"ט אייר, אפגעצייכענט די יומא דהילולא קמא - די ערשטע יארצייט פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן לעדתו כ''ק האדמו''ר מכוונת הלב זכר צדיק לברכה.
מוצאי ל"ג בעומר אריינטרעטענדיג בליל ההילולא, האט די קהילה אין מאנסי אפגעראכטן די סעודת הילולא אין די נייע בית המדרש כוונת הלב אין שטאט, ווי עס זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור חסידים ואנשי מעשה, בראשות הגאון הצדיק רבי יהודה ליכטער שליט"א די רב הקהילה, באזונדער האט מען געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מכונת הלב שליט"א וואס האט זיך משתתף געועהן ביים סעודה, ווי במשך די סעודה האבן ביידע ברידער הרבנים אויפגעטראטן מיט דברי תורה במשנתו של בעל ההילולא.
מיטוואך בעצם יומא דהילולא האבן הונדערטער תלמידים און חסידים ואנשי מעשה שלומי אמוני ישראל, געשטראמט פון די פריע פארטאגס שעות פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויפן בית החיים אין לאנג איילענד, די שטראם האט זיך נישט אפגעשטעלט ביז די שפעטע נאכט שעות, אויסצובעטן ישועות ורפואות, ביי דעם מקום קדוש מקום קיבול תפילות.
נאך גרויסע השתדלות האט מען בס''ד אויסגעפויעלט ביי די באהערדע פון דעם בית משה בית עולם, צו באקומען ערלויבעניש צו האלטן אפען די בית החיים במשך די גאנצע טאג, לשביעת רצון פון די פולע מתפללים.
צופרי נאך תפילת שחרית איז פארגעקומען די לחיים ווי די חשובע תלמידים האבן מעלה געוועהן זכרונו הטהור, אין די פארמיטאג שעות האט מען זיך ארויסגעלאזט פון אלע געגענטער צום ציון הק' ווי די רב שליט"א האט פארגעזאגט פרקי תהילים און פארגעלערנט משניות און קדיש און די ציבור איז אריבער איבערגעבן די קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
אין די פארנאכטס שעהן איז מען זיך צוזאמען געקומען צום צענטראלע סעודת הילולא רבתי אין די זאלן פון זמר אין בארא פארק, עס איז געוועהן א אויגפארכאפענדע מחזה הוד ווי עס זענען זיך צוזאם גענומען תחת קורת גג אחד די פיל קעפיגער עולם הונדערטער תלמידים וחסידים פון אלע יאהרגענג יושבים צפופים און פארברענגען א שעה ארוכה במשנתו הטהורה פונעם צדיק, און שפיץ פון בניו וחתניו, בראשות בנו ממלא מקומו כ''ק האדמו''ר מכוונת הלב שליט"א.
א מחזה הוד והדר איז געוועהן ווי די גדולי אדמור''י ורבני העיר ערשיינען און טרעטן אויף ביים מעמד, צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, אדמו"ר מקאסאן שליט"א כ"ק אדמו"ר מבלאזשוב ריביטיטש שליט"א הגה"צ אבד"ק וואזיסלאוו הג"צ רבי אברהם שאר שליט"א הגה"צ רבי אלתר אליעזר הורוויץ שליט"א אב"ד קדושת יו"ט סאטמאר און נאך פיל.
Comentarios