


לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכ'ן דורכגיין א לייכטע הארץ-אטאקע. מרן צבי אלימלך בן חיה נחמה לרפו"ש.

כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בני ברק נאכ'ן וויילן איבער צוויי חדשים אין שטאט חצור אין ליכט פון די עפעדעמיע.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א האט נעכטן אפגעראכטן די סעודת ראש חודש אין ישיבה גדולה אין גיבער'ס, וואו עס האבן זיך אויך באטייליגט די ברודער כ"ק האדמו"ר מויזניץ-קיימישא שליט"א. נעכטן איז פארגעקומען די 'מעמד התחדשות הביהמ"ד' אין קהלת וויזניץ-וומסב"ג ווי עס האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מצאנז-זוויהעל שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט לענגערע דברות קודש איבער פארשידענע ענינים הצריכים תיקון ובפרט נישט ארויסצונעמען א סמארט-פאון אין ביהמ"ד וואס דער רבי שליט"א האט שטרענג אנגעפאדערט און געזאגט אז ער וועט אליינס אינפאסירן די תקנה.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א קומט אן היינט נאכמיטאג קיין בני ברק פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל אהבת ישראל זי"ע. דערנאך וועט דער רבי שליט"א אנקומען אויף א תפלה אין אתרא קדישא מירון.
כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט,א קומט היינט אן אויף א תפלה אין אתרא קדישא מירון.
כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט 'שיחת הכנה ליו"ט' אין שטוב פון א חסיד אין שטאט אשדוד.
היינט קומט פאר א טעלעפאנישע קאמפיין לטובת כולל עיון ד'באבוב-45. צווישן אנדערע וועט אויפטרעטן הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א וועט היינט איבערגעבן א 'שיחת חיזוק' זיך מחזק זיין אין די ענינים וואס זענען נתרשל געווארן בזמן המגיפה - אין ביהמ"ד גאלאנטא אין וויליאמסבורג.
כ"ק אדמו"ר מנדבורנה באניא שליט"א וועט היינט ארויף גיין צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה צפת זצ"ל אין ביה"ח העתיק אין צפת, דערנאך וועט די רבי צופארן צו תפילת מעריב ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון, דערנאך וועט די רביאיבערגעבן א שיחת חיזוק לקראת חג מתן תורה, אין היכל בית המדרש דחסידי צאנז בקרית צאנז אין טבריה.
הגה"צ ר' משה מאיר לעדערמאן שליט"א אבד"ק יאזלאוויץ וועט היינט אויפטרעטן מיט א דרשה במסגרת ארגון שיעורי תורה דורכן טעלעפאן.

צו די פטירה פון הרה"ח ר' משה יהודה וואזנער ז"ל, זיצט שבעה זיין זון יבדלחט"א הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי אין זיין שטוב 15 קאופמאן קאורט אין מאנסי ביז דעם מיטוואך אינדערפרי.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מויזניץ זי"ע, נכדיו כ"ק אדמורי"ם מויזניץ שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אין ביה"ח זכרון מאיר אין בני ברק, און וועלן אפרעכטן סעודת הילולת בבתי מדרשם.
היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין בארא פארק, אינאיינעם מיט די סיום הש"ס און ספר דברי תורה פונעם בעל ההילולא, וואס איז געלערנט געווארן דורך כלל חסידי מונקאטש מדי יום ביומו.
היינט געפאלט די צוואנציגסטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת זצ"ל, די קינדער כ"ק האדמורי"ם מנדבורנא צפת, נדבורנא חיפה און קאליש שליט"א, וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן אלטן ביה"ח אין צפת.
Bình luận