top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקווירא באזוכט אין סטראקטור פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש

מיטוואך פ' במדבר - כ"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות


היינט נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א אראפגעקומען צום גיגאַנטישן סטראָקטור פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, ווי די רבי שליט''א האט געגאסן דאָס ערשטע ביסל צעמענט פאר נאך א בור המקוה וואס מ'האט נאך נישט געגעסן ל"ג בעמור.


עס האט זיך צוערשט פארמירט א הערליכער שמועס צווישן דעם רבי'ן שליט"א מיט די דיינים חברי וועד הרבננים פון די נייע מקוה, וואו מ'האט ארומגעשמועסט פארשידענע פרטים ארום די אויסטערלישע הידורים און חומרות מיט וואס די נייע מקוה ווערט בעז"ה אויפגעבויט, למען טהרתן וקדושתן של ישראל, דאן האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, אין די רבי שליט''א האט זיך אומגעקוקט ארום דעם אומפאַרענדיגטן בנין ביהמ"ד, ביים ארויסגיין האט די רבי איבערגעגעבן א גרויסע סכום געלט פאר די חשובע עסקנים.

Comments


bottom of page