ויושר יליצו בעדינו חיות אש • כלל ישראל באוויינט צדיקים קדושים וגאונים וועלכע זענען נסתלק געווארן בהאי שעתא תשפ"ו
מיטוואך פ' האזינו - ערב ראש השנה • כ"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

כלל ישראל טרעט אריין צום נייעם יאר תשפ"ז מיט גרויס האפענונג, תפילות ותחינות צום הייליגן באשעפער, לקיים בנו חכמי ישראל, די גדולי ישראל וואס פארשיינען דעם דור זאלן ווייטער האבן די זכיה צו משפיע זיין, איבערהויפט די חסידים וואס געפונען זיך בצל הקודש פון די מנהיגי העדה אויף יום טוב ראש השנה.
אין די זעלבע צייט שפירט זיך אבער א שרעקליכע יתמות אין עטליכע קהילות קדושות בישראל, ווען צום היי יעריגן ראש השנה טרעטן זיי אריין אן זייער באליבטער מנהיג, א צאל גדולי ישראל זענען דעם יאר אוועקגעריסן געווארן פון אונז, צדיקים וגאונים וואס האבן געטריי באדינט זייערע קהילות, רבנים מפורסמים, ראשי ישיבות און מרביצי תורה וואס האבן געדינט אלס וועגווייזער פאר פילע אידן וואס האבן זיך געקלאמערט לאורם הגדול, און א גרויס טייל פון זיי זענען ליידער אוועק אויף א טראגישן אופן, אין א בחינה פון שקעה חמה שלא בעונתה, איבערלאזנדיג א חלל וואס וועט שווער ערפילט געווארן.
אין די זעלבע צייט אבער זענען פארהאן דאס יאר נאך מליצי יושר בעולם העליון, די הייליגע נשמות וואס זענען נאך געווען מיט אונז פארגאנגענע יאר, זיי האבן נאך געלעבט אויף אונזער וועלט און געזעהן אונזערע באדערפענישן. אצינד בעלמא דקשוט ווייסן זיי וואס צו בעטן, און וועלן זיכער פועל'ן ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל.
י"ז שבט האט כלל ישראל געליטן א שווערן קלאפ, ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן א בריק צום דור הישן מיט די הסתלקות לשמי מרום פונעם זקן ראשי הישיבות, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן, בשיבה טובה אין עלטער פון 104 יאר, טויזנטער תלמידים האבן אים באגלייט למנוחות ברחובות לאנדאן, וכבוד גדול עשו לו במותו.
י"ד שבט איז די חסידישע וועלט געווארן איינגעהילט אין טרויער, מיטן ערהאלטן די בשורה קשה איבער די הסתלקות פון אחד מחשובי האדמורי"ם בקרתא דשופריא כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל, שקעה חמה שלא בעונתה אין עלטער פון פיר און אכציג יאר, לדאבון לב חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל, מאסן אידן האבן אים באגלייט למנוחות ביי די לוויה בחוצות ירושלים, און ער איז געקומען לקבורה במרומי הר הזיתים.
נאך א ביטערע פארלוסט האט די חסידישע וועלט געליטן מיט בלויז א חודש צוריק ל' אב ווען כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל איז נסתלק געווארן אין עלטער פון בלויז 57 יאר, נאכן זיך מוטשען מיט ביטערע יסורים ל''ע, איבערלאזנדיג א עדה קדושה צובראכן און צושאסן.
ה' שבט איז אנגעקומען די טרויעריגע בשורה איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן זצ"ל פון ניינטע עוועניו בארא פארק, אין עלטער פון 77 יאר.
י"ז אדר האט דער עולם החסידות באוויינט די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין זצ"ל פון סידערהערסט, אין עלטער פון 90 יאר.
י"א אלול האט דער עולם החסידות באוויינט די פטירה פון האי גאון וצדיק עושה חסד לאלפים כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק זצ"ל, אין עלטער פון 71 יאר.
י"ח אלול איז נסתלק געווארן דער בעל היסורים כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל אין עלטער פון בלויז 61 יאר, וויילנדיג אין ניו יארק.
שב"ק י"א אדר איז בפתע פתאום נפטר געווארן הגה"צ רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל, לאנגיעריגער חבר ביד"ץ העדה החרדית, אין בלויזן עלטער פון דריי און זיבעציג יאר, איבערלאזנדיג א געוואלדיגן חלל ביים יהדות החרדית און צווישן די בני ישוב הישן בפרט.
כ"ה אייר איז נסתלק געווארן הגאון הגדול רבי דוד מיכאל שמידל זצ"ל, יו"ר אתרא קדישא וראש כולל טבריא קוממיות, אין עלטער פון 92 יאר.
א' ניסן איז נסתלק געווארן הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל, גאב"ד קרית קאשוי, אין עלטער פון 72 יאר.
י"ב כסליו איז נפטר געווארן הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל, אבד"ק ערלוי ביתר, אין עלטער פון 77 יאר, נאך יארן פון שווערע יסורים און מכאובים.
כ"ט תשרי איז פלוצים נסתלק געווארן הגה"צ רבי יצחק אריה לייבוש היילפרין זצ"ל, גאב"ד ראדאמישלא, אין עלטער פון 80 יאר.
שב"ק כ"ג אלול איז נפטר געווארן הגה"צ רבי ישראל יעקב יוקל הורוויץ זצ"ל, אבד"ק זאליזשא, בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר.
ג' כסליו איז נפטר געווארן הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ"ל, אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים, אין עלטער פון 73 יאר.
כ"ט תשרי איז נפטר געווארן הגה"צ רבי יהושע צבי יונגרייז זצ"ל, אבד"ק טאלטשאווא בארא פארק, אין עלטער פון 75 יאר.
ט"ז תמוז איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן דער מקובל רבי עמוס גואטה זצ"ל פון נתניה, ראש ישיבת רבי יצחק חי טייב לבני עדת הספרדים, אין עלטער פון 75 יאר.
ד' ניסן איז נפטר געווארן המשפיע המפורסם הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זצ"ל, מגדולי משפיעי ורבני ברסלב, אין עלטער פון 88 יאר.
כ"ט תמוז איז נפטר געווארן הגה"צ חו"פ רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל, ראש ישיבת תפארת משה, אין עלטער פון 80 יאר, בפתע פתאום זייענדיג אויפן וועג צום ישיבה.
ז' אדר איז נסתלק געווארן הגה"צ רבי אשר גריענפעלד זצ"ל, אבד"ק וויזניץ מאנטריאל, אין עלטער פון 82 יאר.
כ"ח אב איז נפטר געווארן הגאון רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דומ"ץ צאנז קלויזענבורג בארא פארק, וויילנדיג אין שווייץ אויף אפרוה, זייענדיג אלט בלויז 43 יאר.
שב"ק כ"ז שבט איז נפטר געווארן הגאון החסיד רבי בן ציון באבטשיק ז"ל, רב חסידי גור אין קרית גת, אין עלטער פון 72 יאר.
אין בני ברק איז נסתלק געווארן בדמי ימיו הגאון החסיד רבי יהודה אריה זילבערשטיין ז"ל, רב דחסידי גור אין בני ברק אין עלטער פון 76 יאר.
ט"ו אב איז נפטר געווארן הגאון החסיד רבי שמואל פנחס טרויבע זצ"ל, רב ביהמ"ד בית פנחס ודומ"ץ חסידי בעלזא בני ברק, נאך לאנגע יארן פון שווערע יסורים, אין עלטער פון 64 יאר.
י' חשון איז נפטר געווארן הגאון מגיד מישרים רבי שמעון הירשלער זצ"ל פון לאנדאן, אין עלטער פון 81 יאר.
כ"ד תשרי איז נסתלק געווארן המשפיע הגה"ח ר' מנחם בן ציון גראסמאן זצ"ל, משפיע חסידי ליובאוויטש, זון פון הגאון הגדול ראש ישיבת פינסק קארלין זצ"ל, אין עלטער פון 80 יאר.
י"ז אלול איז נפטר געווארן הרה"צ הישיש רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן, שריד לדור דעה, אין עלטער פון 91 יאר.
כ"ד שבט איז נפטר געווארן הגה"צ רבי אביעזר אשר זעליג שפירא זצ"ל, רב ביהמ"ד דראהאביטש ומשגיח ישיבת קול תורה, אין עלטער פון 81 יאר.
ח' ניסן איז נפטר געווארן הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל, חדב"נ הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל, אין בלויזן עלטער פון 65 יאר נאכן מיטמאכן שווערע יסורים.
א' תמוז איז נסתלק געווארן בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים דב הלפרין זצ"ל, בן האדמו"ר מוואסלוי וחתן האדמו"ר מבוהוש, נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ל"ע, זייענדיג אלט בלויז 47 יאר.
י"ח אלול איז נפטר געווארן בנש"ק הרה"צ רבי שמשון אהרן גאלדמאן זצ"ל, זון פון אבד"ק זוועהיל בני ברק וחתן האדמו"ר מקאמארנא, וועלכער איז טראגיש נפטר געווארן, אין עלטער פון 56 יאר.
ז' שבט איז פריצייטיג נפטר געווארן בנש"ק הרב משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, בנו הגדול פון האדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל, אין עלטער פון בלויז 36 יאר.
י"ט כסליו איז נפטר געווארן בנש"ק הרה"ח ר' חנני' סיני דוד הלברשטאם ז"ל, משב"ק הרה"ק מלויבאוויטש זצ"ל, אין עלטער פון 74 יאר.
יום טוב שבועות איז נסתלק געווארן בנש"ק מדוכא ביסורים הגה"צ רבי ישראל סיני וואגשאהל זצ"ל מלאנצהוט.
י"ג אב איז נפטר געווארן בנש"ק הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדמאן ז"ל, פאטער פון כ"ק אדמו"ר מהארינסטייפל שליט"א פון ביתר.
שב"ק משפטים כ"ו שבט איז נפטר געווארן הגה"ח ר' יהודה ראזנפעלד זצ"ל שו"ב, ברודער פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל.
**
ווי אויך האבן פילע רבישע הויפן פארלוירן דאס יאר איר קרוין, די אשת חבר, אמה של מלכות און ברתא דמלכא פון אדמורי"ם ורבנים:
הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל בעל אמרות טהורות, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע.
הרבנית מזידיטשוב פרעמיסלא ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, און טאכטער פון הגה"צ רבי חזקיהו יעקב פיש שליט"א אדמו"ר ממאטע סאלקא.
טראגישע פטירה בדמי ימיה פון הרבנית ממעזיבוז ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א.
הרבנית מייזליש ע"ה, אלמנת כ"ק גאב"ד סיגעיט זצ"ל.
הרבנית לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה, אשת חבר בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק זצ"ל.
הרבנית טווערסקי ע"ה, אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי לוי יצחק קלאגהאפט זצ"ל מסטרעליסק.
הרבנית כהנא ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא זצ"ל בעל דברי נפתלי.
הרבנית בעק ע"ה, אלמנת הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצ"ל גאב"ד מעלבארן.
הרבנית לייפער ע"ה, אשת הרה"צ רבי ישראל חיים לייפער זצ"ל מבישטינא, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ברייטן זצ"ל.
הרבנית יאקאבאוויטש ע"ה, אלמנת הרה"ח המפואר ר' בן ציון יאקאבאוויטש ז"ל ראש הקהל שיכון סאטמאר בני ברק.
הרבנית יאקאבאוויטש ע"ה, אשת יבדלחט"א הרה"צ ר' יעקב שמשון יאקאבאוויטש שליט"א, און טאכטער פון כ"ק האדמו"ר רבי ברוך הלברשטאם זצ"ל מגארליץ.
הרבנית תורגמן ע"ה, טאכטער פונעם באבא סאלי זי"ע
**
ואנשי חסד נאספו
באזונדער האט מען פארלוירן די יאר א רייע אנשי ציבור, חסידים מפורסמים, עסקנים און משמשים בקודש, וואס האבן יעדער בדרכו געטריי באדינט דעם ציבור, און איבערגעלאזט א חלל וואס וועט שווער ערפילט ווערן, אי אפשר לפורטם כי רבים הם, פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע:
ט"ו שבט האבן חסידי סאטמאר באוויינט די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הנגיד החסיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל, לעגענדארער בונה ומקים עולמות של תורה במלכות סאטמאר.
הרה"ח ר' מענדל בינקא ז"ל, לאנגיעריגער גבאי נאמן בחצר הקודש גור.
הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל, לעגענדארער משב"ק אדמור"י פשעווארסק.
הרה"ח ר' שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה, משב"ק אדמור"י בית מודזיץ אריבער 40 יאר.
האברך ר' אהרן יהודה קליין ז"ל, משב"ק ואיש אמונו פון האדמו"ר מזוטשקא.
הגה"ח ר' משולם זושא פוקס ז"ל, גבאי נאמן ביהמ"ד הגדול וויזניץ לאנדאן.
בדחנא דמלכא ר' בצלאל דים ז"ל, באקאנטער משמח אלוקים ואנשים און בדחן בחצרות הקודש.
הגה"ח הישיש בנש"ק רבי נפתלי לעבאוויטש זצ"ל, תורה שרייבער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
הרה"ח ר' יודל טויב ז"ל, לעגענדארער בעל קורא בחצה"ק גור.
הרה"ח ר' יעקב דוד ברים ז"ל מחשובי חסידי באיאן, באקאנטע חסידישע פאטאגראפער.
**
שוד ושבר בגבולינו: באזונדער האט מען דאס יאר ליידער אזויפיל געהערט פון פארשידענע סארט טראגעדיעס ווען טייערע נשמות זענען פריצייטיג אוועקגעשניטן געווארן בדמי ימיהם.
צווישן די נשמות קדושות זענען ליידער פארשינטן געווארן דאס לעבן פון חשובע בחורים און יונגעלייט, ובתוכם:
האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וואס איז טראגיש נפטר געווארן אין א קאר עקסידענט אין מאלדאווע, אין ראם פון א נסיעה דורך חסידי טשערנאביל קיין קישיענוב מאלדאווע.
הבה"ח נפתלי צבי קרעמער ז"ל מתלמידי ישיבת סאטמאר אין קוממיות, וועלכער איז צעדריקט געווארן דורך א צעווילדעוועטע באס דרייווער אויפן וועג צוריק פון א מחאה קעגן ניתוחי מתים.הבה"ח משה לודמיר ז"ל, ממצויני ישיבת באיאן אין מודיעין עילית, איז טראגיש אפגעפונען געווארן נישט בין החיים נאך עטליכע טעג פון העפטיגע זוכערייען נאכן פארשוועמט ווערן אינעם מודיעין טייך אין שווערע פארפלייצונגען.
הבה"ח שמעון מענדלאוויטש ע"ה מחשובי חסידי וויזניץ בית שמש און זוועהיל וועלכער איז טראגיש נפטר געווארן נאכן אריינפאלן אין א גרוב אויפן הר המנוחות.
האברך החשוב ר' יחיאל יעקב קרויס ע"ה מחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק וועלכער איז טראגיש נפטר געווארן נאכן נישט אויפשטיין פון שלאף בדמי ימיו.
האברך החשוב ר' מאיר יודא גאלדבערגער ז"ל מחשובי חסידי פאפא וועלכע איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו צומארגנס פון די חתונה פון בנו החתן, נאכן זיך מוטשען מיט שווערע יסורים.
הבה"ח בנן של קדושים אלטר יעקב וואגשאהל ע"ה, זון פון הגה"צ רבי יושע העשיל וואגשאל שליט"א אבד"ק יאסלא מאנסי, און אייניקל פון הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל, וואס איז ל"ע טראגיש אומגעקומען אין א שווערע עקסידענט.
כלל ישראל בעט א הייסע תפילה תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה, און צום נייעם יאר וועט מען מער נישט הערן קיין שוד ושבר, ואין צווחה ואין פרץ יוצאת ברחובותינו, ואך שמחה וששון ישמע בגבולי בתי בני ישראל.
זכר צדיקים לברכה – ימליצו טוב בעדינו





תגובות