top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי ישיבת קראלי לעבן מיט געהויבענעם "יום שכולו תורה" אלס הכנה לחג השבועות

  • לפני 54 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די אריבער צוויי הונדערט בחורי חמד, תלמידי ישיבות קראלי, זענען די טעג אונטערן רושם פונעם "יום שכולו תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם מאנטאג פר' נשא א', ווען די בחורים האבן שעות נאכאנאנד עוסק געווען בתורה "שעות רצופות" אלס הכנה צום הייליגן יו"ט שבועות, און דערביי זוכה געווען צום פערזענליכער השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה.


מאנטאג אין די פארטאגס שעות האבן די תלמידי הישיבות זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין צום קראלער קעמפ "מחנה זרע אברהם" און נאכן זיך מסדר זיין, האט מען געהערט די ווארעמע דברי הכנה פונעם ראש הישיבה הרה"ג רבי יואל יאקאבאוויטש שליט"א. שפעטער האט מען געהערט א שיינע דרשה פון הרה"ג רבי פישל מענדלאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה.


דער הויכפונקט איז געווען, ווען די בחורים האבן זיך געזעצט לערנען, און במשך שעות נאכאנאנד געווען אריינגעטון בעסק התורה מיט אן אויסטערלישע התמדה און שקידה, וואס האט אפגעהיכלט אויף ווייט.


אין די נאכמיטאג שעות האט מען געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויף די תלמידים, און דערנאך זיך פערזענליך געזעצט לערנען צוזאמען מיט די בחורים וואס האט אויף יעדן שטארק עושה רושם געווען.


נאך תפלת המנחה צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א האט דער רבי שליט"א משמיע געווען פאר די תלמידים א לענגערן שמועס מלא וגדוש מיט דברי חיזוק והתחזקות ממשיך צו זיין בעסק התורה בהתמדה רבה, כי זה כל האדם.


דאן איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד "כבוד התורה" ביי וועלכן די תלמידים האבן זיך משמח געווען בשמחת התורה נאכן מיטלעבן אזא געהויבענעם טאג. מ'האט דערביי געהערט די דרשה פון הרה"ג רבי חיים הערש לעבאוויטש שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א האט ארומגערעדט צו די בחורים, וואס מען דארף מיטנעמען פון אזא טאג, חיזוק און התחזקות אויף לימוד התורה, וואס איז די ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה.


נאכן זינגן ניגוני התעוררות, האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם טאנץ, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים, מיטנעמענדיג די השפעות של קדושה וואס דער טאג האט משפיע געווען אויף יעדן איינעם.



bottom of page