גדולי ישראל און ראשי מוסדות פאראייניגט ביי יערליכע צוזאמקום אפגעהאלטן אין קרית הישיבות וויזניץ מאנסי
- Bechatzros admin
- 20 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 20 ביולי
זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין די קרית הישיבות דחסידי וויזניץ מאנסי אין נייעק איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע אסיפה פאר צענדליגער ראשי ומנהלי המוסדות, אין שפיץ פון גדולי ישראל נשיאי המוסדות און זייערע פארטרעטער וואס טראגן דעם עול פון די חינוך הטהור אין ניו יארק, איבער די רעגירונג שטיצע דורך פארשידענע פראגראמען, די אסיפה דינט אלס יערליכע צוזאמקום זיך דורכצורעדן מיט דעת תורה אויסער די דעת בעלי בתים וועלכע קאנטראלירן די פראגראמען.
צווישן די נשיאי העדה וואס שטייען אין שפיץ פון די גרעסערע מוסדות אין אמעריקע האבן זיך אנגעזעהן דער מארח האסיפה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט''א, הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, הגאון רבי אהרן פעלדמאן ראש ישיבת נר ישראל באלטמאר, הגה"צ רבי קלמן הלברשטאם אבד'"ק צאנז קרית יואל בשליחות כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט בשליחות אביו כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, און נאך פילע ראשי הישיבה און מנהלי המוסדות.
איידער די אסיפה איז הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א אריבערגעקומען אין היכל ישיבה גדולה אמרי חיים וויזניץ אינעם קרית הישיבות, און אויפגעטראטן מיט א דרשת התחזקות פאר די הונדערטע בחורים. כ"ק האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט מקבל פנים געוועהן דעם ראש הישיבה ביותרת הכבוד און אריינבאגלייט אין היכל הישיבה.


תגובות