top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדע הכנסת ספר תורה אין אלעד לע"נ האברך ר' אלתר שלמה לעדערמאן הי״ד בראשות האדמור"ים מלעלוב און פינסק קארלין

  • sfbechatzros
  • לפני 22 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

א התרגשות'דיגע מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם דאנערשטאג כי תצא, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דחסידי לעלוב אין שטאט אלעד, לעילוי נשמת הקדוש ר' אלתר שלמה לעדערמאן הי״ד מחשובי אברכי ק"ק פינסק קארלין וואס איז מיט צוויי יאהר צוריק דערמארדעט געווארן אין א שרעקליכע טעראר אטאקע אין ירושלים, פארנט פון די אויגן פון זיין קוים פארהייראטע פרוי תחי׳ און האט נישט איבערגעלאזט נאך זיך קיין זרע של קיימא.


דער ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך משפחת לעדערמאן שיחי' און גוטע פריינד, מתפללי ביהמ"ד און איז דעם דאנערשטאג אריינגעגעבן געווארן ברוב פאר והדר צום לעלובער ביהמ"ד אין אלעד, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א און כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכע האבן אינאיינעם באשיינט די חגיגה, שאפנדיג א מחזה הוד וואו ביידע אדמור"ים האבן זיך מכבד געוועהן איש את רעהו, באהבה אחוה וריעות.


די מעמד סיום כתיבת אותיות איז פארגעקומען בבית משפ' לעדרמאן וואו די אדמור"ים שליט"א האבן אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך באגלייט די תהלוכה ברחובה של עיר ביז צום ביהמ"ד, טאנצנדיג מיטן ספר תורה האנט ביי האנט.


בשעת די תהלוכה האט מען מכבד געוועהן די רבנים פון שטאט צו טאנצן מיט ספר תורה, לקול תרועת השמחה. צווישן די פילע משתתפים האט ארויסגעשיינט הרה"ג ר' אברהם נח פאלעי שליט"א, וואס האט ליידער פארלוירן צוויי פון זיינע קינדער אין דעם זעלבן טעראר אטאקע, און ער אליין איז זעלבסט מיט ניסי ניסים געראטעוועט געווארן פון א זיכערן טויט. עס איז געוועהן גאר אן עמאציאנאלע סצענע ווען ר' אברהם נח איז געטאנצן מיטן ספר תורה, און א באזונדערע ריקוד מיטן פאטער הרה"ח ר' חיים לעדערמאן שליט"א.


אין ביהמ"ד האבן די ריקודין פארגעזעצט ביתר שאת ועוז, צום ערשט איז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א געטאנצן מיטן ספר תורה אנגעכאפט מיטן בעל שמחה ר' חיים ובני משפחתו.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אפגעראכטן די הקפות כנהוג, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בכל עוז ותעצומות. ביים ענדע פון די ריקודין האט דער לעלובער רבי פארגעזאגט די מזמורים און אריינגעפירט דעם ספר תורה להיכל ה'.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page