תושבי בית שמש מיטגעהאלטן שיחות חיזוק פון האד' מסקולען ירושלים לרגל סיום ימי השובבי"ם
- לפני 49 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
שטייענדיג בימי השובבי"ם ווען עס איז איינגעפירט בתפוצות ישראל צו לערנען די וויכטיגע הלכות פון הנהגות הבית, האבן תושבי בית שמש מיטגעהאלטן א קלארע שיעור הלכה והשקפה וואס איז איבערגעגעבן דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א.
דער רבי שליט"א טוט שוין צענדליגער יארן מדריך זיין חתנים און אינגעלייט, זייענדיג מורה את המעשה אשר יעשון אין די ענינים פון הנהגת הבית, און באזונדער איז פקיע שמי' די שיעורים וואס די רבי פלעג טוט איבערגעבן אין די ימי השובבי"ם, יעדעס יאר אין אן אנדערע שטאט.
דאס יאר נאך די סעריע שיעורים וואס דער רבי האט איבערגעגעבן אין ירושלם, איז ער נעתר געווארן צו די נאכאנאנדע הפצרות פון תושבי בית שמש, און לרגל דער סיום ימי השובבי"ם איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען קיין בית שמש וואו ער האט איבערגעגעבן א לענגערע שיעור אין ביהמ"ד חקל יצחק ספינקא אין שכונת רמה ד', זייענדיג א געלעגנהייט פאר די תושבי השכונה קונה צו זיין די וויכטיגע ענינים מפום ממלל רברבן דער רבי שליט"א.





















