top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מלכות'דיגע שבע ברכות לרגל שמחת בית וויען מיוחד פאר נגידי החסידות

  • 27 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א מלכות'דיגע שבע ברכות איז אפגעראכטן לכבוד די חתונה בשמחת בית וויען, געאייגענט פאר גרעסערע נדיבים, וועלכע האבן גענומען א חלק הארי אויפצובויען די נייע בנינים מפוארים פאר די מוסדות וישיבות הקדושות דחסידי וויען.


די רייכע און פראכטפולע מסיבה איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלת המוסדות, באגלייט מיט א מוזיקאלישע ארקעסטרע אינאיינעם מיט די יונגערליך כאר, וועלכע האבן מהנה געווען בשעת די מסיבה.


די מעמד איז געווארן אנגעפירט בטוב טעם ודעת דורך דער נואם בחסד עליון הר"ר משה יואל גערטנער שליט"א, מנהל תלמוד תורה וויען אין בארא פארק, וועלכער האט באלד ביים אנהייב פונעם מעמד מכבד געווען מיט א דרשה הנגיד ר' הערשל פישמאן הי"ו, וועלכער האט ארומגערעט איבער די זכות וואס די נדיבים פארמאגן צו קענען צוהעלפן די בליענדע וואוקס פון די ישיבה און מוסדות הקדושים.


דערנאך האט דער דינאמישערחבר הנהלת המוסדות יושב ראש ועד קרן הבנין, הרה"ח ר' יוסף לעפקאוויטש הי"ו, באגריסט די אנוועזנדע נדיבים און איבערגעגעבן א ברייטע איבערבליק איבער די פענאמענאלע וואוקס און הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן אין די לעצטע יארן, און צום הויכפונקט האט מען געהערט די דברת קודש ודברי הערכה פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועלכע האט ארויסגעהויבן די זכי' פון די חשובע תומכים וועלכע זענען צו פארדאנקען די אלע פראיעקטן להגדיל תורה ולהאדירה.


דברי בדחנות זענען געהערט געווארן לכבוד שמחת חתן וכלה ולכבוד העם הנאספים, דורך הני תרי בדחנא ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו און ר' יואל בראון הי"ו.


בסיום המעמד האט דער רבי שליט"א פערזענליך פארטיילט א מתנה חשובה ויקרה פאר אלע נדבנים – א געבענטשטע, ווייסע גארטל לכבוד יום טוב פסח הבעל"ט.



תגובות


bottom of page