top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויבוא יעק"ב של"ם: האד' מקאסוב לעיקוואד וועט אנקומען אויף לענגערע באזוך קיין ארה"ק כמנהג אביו

  • Bechatzros admin
  • 6 באוג׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 6 באוג׳

מיטוואך פ' ואתחנן • י''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א פון לעיקוואד האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט אויף א נסיעיה קיין ארצינו הקדושה וואו דער רבי וועט פארוויילן דורכאויס די זומער וואכן כדרכו בקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל. דער רבי וועט היינט אפשטאטן אויף א קורצע באזוך אין מאנטשעסטער ענגלאנד צו באשיינען א משפחה שמחה בבית חותנו הגה"צ רבי ליפא זילבערמאן אבד"ק ראצפערט, פון דארט וועט דער רבי ממשיך זיין אויף א לענגערע באזוך קיין ארץ ישראל וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די קומענדיגע צוויי וואכן, לחון את עפרה און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים, זיך גרייטנדיג צו די ימים נוראים הבעל"ט.


דורכאויס די וואכנטעג וועט דער רבי דאווענען אלע תפילות ביים כותל המערבי במקום שהתפלל בו אותו צדיק, דער קאסובער רבי זצ"ל וואס פלעג יעדן זומער פארברענגען לאנגע שעות ביים כותל מיט א אויסטערלישע בענקשאפט צו די גאולה שלימה, און מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט און פאר ביאת משיח צדקינו.


אויף דעם וואך שבת פ' ואתחנן וועט די רבי שליט"א זיין צוגאסט אין ירושלים, און פראווען די תפילות און אזוי אויך דער טיש פרייטאג צונאכטס מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן. שלש סעודות וועט דער רבי פראווענען אין ביהמ"ד וויזניץ אויף רחוב נחמיה.

ree

תגובות


bottom of page