top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד סיומי הש"ס געלערנט אין לויף פון שובבי"ם דורך תלמידי ישיבות לצעירים סלונים אין שפיץ פון האד' מסלונים

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי

הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבות לצעירים דחסידי סלונים פון איבער גאנץ ארץ ישראל, האבן זיך פארלאפענעם וואך צונויפגענומען אויף די יערליכע מעמד סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן אין לויף פון די ימי השובבי"ם דורך די בחורים פון די ישיבה אין ירושלים, די ישיבה אין ביתר, און די נייע געגרינדעטע ישיבה אין חזון יחזקאל אין דרום ארץ ישראל.


די מעמד וואס איז יאר יערליך געווידמעט לזכר נשמתו פון הרה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זי"ע איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול אין ירושלים און איז באשיינט געווארן דורך די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א. אינעם ערשטן טייל פונעם מעמד האט מען געהערט א רייע דרשות דורך די ראשי הישיבות פון אלע דריי ישיבות קטנות, און פון דעם רבינס צוויי עלטסטער קינדער הגה"צ אבד"ק סלונים ביתר שליט"א און הגה"צ ראש ישיבת סלונים שליט"א.


 דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, די קאפעליע האט הערליך אראפגעזינגען דעם סדר סיום הש"ס אויף וואס דער רבי האט געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען קורצע דברות קודש, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע קורת רוח און הנאה דקדושה פון די יגיעת והתמדת התורה, און די גוטע גריסן וואס ער הערט כסדר צורק ווי די בחורים שטייגן און וואקסן במעלות התורה והיראה.


מען האט דאן געזינגען מערערע ניגוני דבקות, ניגוני תורה און ניגוני חג הפסח, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אנגעכאפט אין זיינע צוויי קינדער הרבנים.



תגובות


bottom of page