top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן באזוכט הרבנית הצדקנית מתולדות אהרן לרפו"ש אין שפיטאל צום ערשטן מאל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 1 בפבר׳ 2022
  • זמן קריאה 1 דקות


נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען באזוכן די רביצין תליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל אין א גאר שווערן געזונט צושטאנד, דער רבי שליט"א זייענדיג א כהן באזוכט נישט אין קיין שפיטעלער אויס חשש טומאת מת, אין די געטרייע עסקני הקהילה האבן ערלעידיגט אז דער רבי שליט"א זאל קענען אריינקומען פון א ספעציעלע זייטיגע טיר צו פארמיידן חששות.


די רבי שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ארום געשמועסט מיטן רביצין לרפו"ש אין דערנאך האט די רבי שליט"א ארום גערעדט איבער די געזונט צושטאנד סיטואציע מיט די דאקטוירים.


כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פאר א גענצליכע רפואה פונעם רביצין תליט"א הרבנית מרת הינדא בת מרים איידל לרפו"ש.


והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.


תגובות


bottom of page