וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי: הרה"צ רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים שליט"א אויפגענומען אלס אדמו"ר מקרעטשניף - כפר אתא
- בחצרות הקודש
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 17 שעות
דינסטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי קרעטשניף סיגוט האבן אויפגענומען מיט פרייד, די נייעס איבער די אויפנאמע פון הרה"צ ר' ניסן חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א, בנו חביבו פון כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל וועלכע איז היינט באקרוינט געווארן בנזר האדמורו"ת לכהן פאר אלס 'אדמו"ר מקרעטשניף - כפר אתא'.
די הכתרה איז פארגעקומען יעצט ביינאכט ביים עצרת הספד ככלות השבעה להסתלקותו פונעם רבי'ן ז"ל, ווען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט במעמד קהל ועדה אויפגענומען זיין יונגערן ברודער אלס אדמו"ר מקרעטשניף קרית אתא.
דער שטעטל כפר אתא ברענגט ארויף נאסטאלגישע געפילן ביי חסידי קרעטשניף סיגעט, זייענדיג דאס ערשטע פלאץ ווי הרה"ק ר' צבי הירש מקרעטשניף זי"ע האט אנגעהויבן זיין הייליגן עבודה באלד נאכן געראטעוועט ווערן פון די ביטערע צווייטע וועלט קריג און האט בעצתו פון הרה"ק מבעלזא זי"ע דארט איינגעזייעט די ערשטע קערנדלעך פון חצר הקודש קרעטשניף סיגוט על אדמת ארץ הקודש און דארט געגרינדעט דעם 'שיכון סיגוט' און אין צוגאב מייסד געווען א תלמוד תורה און א ישיבה. דער קרעטשניפער רבי זצ"ל האט דארט געוואוינט ביז שנת תשמ"ב ווען דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים.
דער נייע רבי שליט"א איז דער דריטער זון פונעם רבי'ן זצ"ל און איז באקאנט מיט זיינע גאלדענע מידות און ווארעם הארץ לכל דבר שבקדושה, באזונדער איז ער באקאנט מיט זיין זעלטענעם כח השפעה, זייענדיג משפיע תורת החסידות פאר בחורים און יונגעלייט במידה גדושה. במיוחד איז דער רבי שליט"א שטארק מקושר צו הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע וספריו הקדושים, און האלט זיך אויף א גרויס טייל פון יאר במקום מנוחת קדשו אין אומאן אוקריינע.