top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי באזוכט ביי האד' מסקווירא צו די בעפארשטייענדע וואלן

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

אין די יעצטיגער טעג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך למעון קדשו פון כ''ק אדמו"ר מסקווירא שליט''א דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי, וועלכע איז געקומען קיין שיכון סקווירא צוליב די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג.


דער סטעיט קאמפטראלער איז אריבערגעקומען צום רבין שליט"א צו טרעפן שטיצע ביים היימישן ציבור, און באקומען דעם סקווירער בלאק וואוט אויף זיין זייט.


אנוועזנד ביים שמועס זענען געווען די חשובע עסקנים וראשי העיר דער מעיאר הרב ישראל משה שפיטצער, הרב אביגדור עסטרייכער ראש הקהל ד'שיכון סקווירא, העסקן הרב מענדל בערגער און נאך עסקנים וועלכע זענען אין די טעג ספעציעל פארנומען מיטן גרינטליך אדורכטון דעם נושא פון אינדארסירונגען צו די בעפארשטייענדע וואלן, אין די צייט וואס דאס יהדות ניו יארק שטייט נאך אין א ענגן מצב מיטן גזירת החינוך וואס לויערט איבער די קעפ און באדראעט אריינצושלעפן דאס יהדות החרדית אין א שווערן קאמף.


דער שמועס איז געווען זייער א ווארימע שמועס און אפענהארציג, וואו מען האט ארומגערעט איבערן דרך החינוך און איבער די סכנה פון די טעכנאלאגישע כלים, און נאך פארשידענע ענינים.


דורכאויס דעם באזוך אין קשיכון סקווירא, האט ער אויך באזוכט אינעם ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא און אין די ווילידזש אפיסעס וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג מיט די עסקנים, ביי וועלכן מען האט אויסגעשמועסט גאר שטארקע ענינים אויף וואס דער קאמפטראלער האט פארשפראכן צו זיין בייהילפיג זיין לכל אורך הדרך.



תגובות


bottom of page