top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מאורע ביום הבר מצווה פון הבחור טובי' שמחה הי"ד באשיינט דורכן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר

זונטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

א התרגשות'דיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט די וואך, ווען מרן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א האט זיך באטייליגט ביי די שמחת הבר מצוה וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך משפחת שמחה, בו ביום וואס עס האט געזאלט בר מצוה האבן הילד טובי' שמחה ע"ה, וועלכע איז ליידער טראגיש פארשניטן געווארן מיט א האלב יאר צוריק אין א שוידערליכע טעראר אטאקע, בלויז געציילטע חדשים איידער זיין בר מצוה.


ווי ברייט באריכטעט בשעתו, האט מיט עטליכע חדשים צוריק, פאסירט א שוידערליכע טראגעדיע, ווען א קליין קינד פון צוועלף יאר, הילד הקדוש יהושע אהרן טובי' שמחה ע"ה איז טראגיש אומגעברעגט געווארן אין א שיסעריי אטאקע דורך אן אראבישן רוצח, פארדניג אויפן באס פון ביתר קיין ירושלים.


אצינד זיך גרייטענדיג צו דעם 'יום הבר מצוה', די טאג וואס דאס קינד האט געדארפט בר מצוה האבן, זענען די בני המשפחה, ובראשם זיין פאטער הגאון ר' דוד זושא שמחה שליט"א ראש ישיבת כלל חסידי אין ביתר, אריינגעגאנגען מקבל זיין א ברכה פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא. דער ראש ישיבה האט א לענגערע צייט מחזק געווען די בני המשפחה און זיך אויסגעדרוקט, אז עס איז זיכער, אז דאס קינד טראגט תפילין אויבן אין גן עדן. דערביי האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן חוות דעת תורתו, אז די משפחה און חברים זאלן זיך וואשן צו א סעודת מצוה אין דעם טאג פון די בר מצוה און דערביי אויפברענגען זכרו הטהור פונעם חתן הבר מצוה וועלכע וועט זיכער זיין אן עילוי נשמתו.


לויט ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט, האט איינע פון די קינדער אין זיין כתה, אויך בר מצוה געהאט אינעם זעלבן טאג, און זיין משפחה האט באוויליגט אפצורעכטן די בר מצוה אין שטוב פון משפחת שמחה, און אזוי ארום איז די שמחה געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, מיט די באטייליגונג פון משפחת שמחה און פילע קרובים וידידים.


בראש השמחה האט זיך אנגעזען די השתתפות פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר, וואס די קינדער האבן געלערנט אין די מוסדות וואס שטייען בנשיאותו. דער ראש ישיבה האט אויפגעטראטן מיט דברי חיזוק ועידוד און ארומגערעדט מעניני שמחה ובר מצווה.



bottom of page