top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיצומו של יום מכפר • עצרת תפילה אין סעודת הילולא אין סאדיגורה

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים


בחצר הקודש סאדיגורה איז פאררופן געווארן אן עצרת תפילה בפקודת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א בעפארן יארצייט טיש ג' חשוון לרגל די הילולא פונעם הייליגן רוזינער זי''ע. איידער אמירת תהילים איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א ארויף אויפן ארון הקודש אין משמיע געוועהן קורצע דברי התועררות, דערנאך האט מען געזאגט די מזמורי תהילים אין סליחות, וואו אלס בעל תפילה האט געדינט הרב זאב צאלער קביעות'דיגעיר בעל תפילה ימים הנוראים בחצר הקודש סאדיגורה.


צו די אבינו מלכינו איז די רבי ארויסגעקומען פונעם דאווען שטוב אין געעפענט די ארון הקודש. נאכן עצרת תפילה איז געוועהן צוגעגרייט א ברייטן סעודת הילולא פארן גאנצן ציבור אין א קורצע צייט דערויף איז די רבי שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור מלובש מיטן קאלפיק כנהוג.




Comentários


bottom of page