עלעגאנטע מסיבה "עץ הגן" מיוחד פאר געלאדענטע נדיבים בעם תומכי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' תצוה • ז' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א הערליכע דינער 'עץ הגן' איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג אוונט געווידמעט פאר די תומכים ומחזיקים פונעם מתיבתא הקדושה עץ חיים ד'באבוב מיט אירע הונדערטער תלמידים תחת דגלו והדרכתו פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ובהנהלת גיסו הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א.
די מסיבה איז פארגעקומען אין די סקאליע זאל אין שטאט בארא פארק, וואו די נגידים האבן זיך געוואשן צו א סעודה כיד המלך און מיטגעהאלטן דעם רייכן פראגראם.
בכבוד הראוי האט מען ענטפאנגען פני כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס האט זיך געוואשן צום סעודה און עס האט אויפגעטרעטן בנוחכתו, הרבני הנגיד ר' יוסף ארי בריננער הי"ו וואס האט מנדב געווען די דינער לעילוי נשמת אביו הרה"ח ר' יצחק מרדכי בריננער ע"ה, שטייענדיג אינעם שנת האבל לפטירתו.
דער רב שליט"א האט דאן משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די זכי' פון שטיצן אזא חשובן מקום תורה און שטארק משבח געווען די ישיבה מיט די ראשי ורמ"י הישיבה.
בתוך דבריו האט דער רב שליט"א זיך אויסגעדרוקט אז די היכל המתיבתא איז שוין אויסגעוואקסן פון פלאץ און בקרוב וועט מען דארפן נעמען שריט להרחיב גבולי הקדושה פאר די בחורי הישיבה און אויפבויען א נייע היכל הביהמ"ד מיט א דארמיטארי פאר די הונדערטער בחורים.
מענין לענין האט דער רב שליט"א באטאנט אז די עסקני הקהילה זיצן שוין א לענגערע תקופה איבער א מאסיווע פראיעקט נעמליך דער אויפבוי פון א נייעם בית גדול וקדוש, ביהמ"ד דחסידי באבוב וואס וועט זיין די פינת יקרת פאר באבובער חסידים מכל קצוות תבל. מען האט ב"ה באוויזן אפצוקויפן עטליכע הייזער בשכינות פונעם עקזיסטירנדע ביהמ"ד, ועוד ידם נטויה צו קויפן נאך און נאך שטחים צו קענען אויף דעם ארט אויפשטעלן דעם גיגאטנישן בנין אדיר ונהדר.
צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע נדיבים משתתפי המסיבה אדורך מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רב שליט"א און באקומען א מתנה הגונה א ווייסע זיידענע גארטל לכבוד יום טוב פסח.































תגובות