זונטאג פ' ואתחנן - ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם
דעם מיטוואך ראש חודש איז מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א אנגעקומען צו די גאלדערס גרין געגענט ווי די רבי האט אפגעראכטן א סעודת ראש חודש אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' דוד האלפרין אינאיינעם מיט א מסיבה לטובת די וויזניצער ישיבה לצעירים 'ישועות משה' המתנוסס לתפארה בעיר הבירה לאנדאן. עס זענען געלאדענט געווארן צענדליגער נדיבים בעם תומכי הישיבה אין א רייכע סעודת ראש חודש איז געווען צוגעשטעלט אויף גאר א פראכטפולן פארנעם.
אלס יושב ראש האט אויפגעטראטן דער משמח אלוקים ואנשים הרב ישראל שטערן וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים אנגעפירט דעם מעמד, מען האט געהערט א דרשה פון הגה''צ רבי פנחס שנעבאלג ראש ישיבת וויז'ניץ אין דאן האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד העם הנאספים.








Comments