top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית יעקב אלו הנשים • ריזן עצרת תפילה געפלאנט אין בארא פארק פאר נשים צדקניות אין עלטערע מיידלעך

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאכפאלגנדיג די היסטארישע עצרת תפילה והתעוררות פארלאפענעם וואך ברחובה של עיר בארא פארק אין ליכט פונעם מצב הנורא השורר בארצינו הקדושה, ווערט פאררופן נאך א גרויסארטיגע כינוס אויף דעם קומענדיגן זונטאג נאכמיטאג דאסמאל פאר טויזנטער נשות בארא פארק, די טויזענטער נשים צדקניות אין עלטערע מיידלעך, וואו מען וועט אינאיינעם מעורר זיין רחמי שמים מרובים פאר אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש, אין די פילע געפאנגענער ל''ע הנתונים בצרה ובשביה.


די עצרת וועט פארקומען אין די גרויסער זאלן פון די בעלזא תלמוד תורה אין בארא פארק ווא עס וועט זיין צוגעגרייט העכער 5000 פלעצער צו אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטער ציבור. נאך אמירת תהילים וועט געהערט ווערן דברי התעוררות פון המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א דורך א לייוו הוקאפ אויפן טעלעפאן, און דברי חיזוק פון הגה"צ ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ.



Comments


bottom of page