top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יסוד פאר נייע חסידישע סעמינאר על טהרת הקודש אין ירושלים בראשות גדולי ישראל

דינסטאג פ' שמות • כ"א טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזבנאך א ספעציעלע מעמד יסוד איז פארגעקומען דעם זונטאג אין ירושלים עיר הקודש, וואו עס איז אוועקגעשטעלט געווארן די גרונדשטיין פאר א נייע חסידישע סעמינאר על טהרת הקודש, וואו עס וועלן בעז"ה נתחנך ווערן דורות פון אידישע חסידישע תלמידות על דרך ישראל סבא, אויפן אויסגעטראטענעם וועג פון די פריערדיגע צדיקים און גדולי הדור.


די מעמד וואס איז פארגעקומען אין זאל מסילת ישרים אין ירושלים, איז באשיינט געווארן דורך די גדולי הרבנים וואס שטייען אין שפיץ פונעם נייעם סעמינאר, הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, כ"ק אדמו"ר מספינקא סוליצא שליט"א, הגה"צ ר' אהרן טווערסקי אב"ד טשערנאביל ירושלים בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און הגה"צ ר' דוד צבי הירש מייזליש שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א.


דערביי איז אוועקגעשטעלט געווארן די יסוד פאר די נייע סעמינאר, וואס וועט געפירט ווערן אויף די זעלבע השקפה און הדרכה פון תלמוד תורה נועם אלימלך על טהרת הקודש בעיר התורה והחסידות בני ברק, און תלמוד תורה זרע קודש אין ירושלים עיר הקודש.


ביים מעמד האבן אויפגעטרעטן הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא סוליצא שליט"א, הגה"צ המקובל רבי אביש צעהנווירט שליט"א, און הגה"צ ר' ישעי' שווארץ שליט"א בעל מעדני אשר. אויך האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מבוהוש, סקולען ירושלים, און ראש ישיבת טשעבין שליט"א.















































bottom of page