top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידי נדבורנה ירושלים לעבן מיט שמחת בית צדיקים ביי גרויסע חתונה בחצר הקודש

מיטוואך פ' ראה - כ"ב אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


מתוך שמחה והתעלות האבן זיך חסידי נדבורנה ירושלים נעכטן מיטגעפריידט ביי די שמחת בית צדיקים ווען כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א פון ירושלים האט אונטערגעפירט בתו הכלה תחי' - די יונגסטער קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומצלחת מיט די חתן בנן של קדושים זוהן פון הרה''צ רבי מאיר עמנואל האגער בן הגה''צ אב''ד סערט וויז'ניץ ירושלים שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד ראצפערט בראזיל שליט''א, די חתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די גרויסער אודיטוריום אין שטאט בני ברק.


ליל יום החופה איז די רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' פון אביו אינעם אוהל הק' פון אדמור''י בית נדבורנה במרומי הר הזיתים אין באגלייטונג פון די חסידים וואס זענען געקומע צו פארן צו די חתונה מעבר לים.


צום באשטימטער צייט איז די רבי ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים אין ניגוני ימים הנוראים, אזוי אויך איז געהערט געווארן חרוזין דורך איינע פון די חסידים וועלכע האט אויסגערכענט די גרויסע זיידע'ס וואס קומען אראפ משמי מעל צו די חתונה.


בשעת די חופה האט די רבי שליט''א געליינט די קוויטלעך פון די חסידים תומכים פונעם מעמדות קאסע 'קופת הקודש', מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע הגה''צ אבד''ק ראצפערט בראזיל שליט''א, קריאת הכתובה די פעטער מצד הלכה הרה''צ רבי דוד טווערסקי אב''ד רחמיסטירווקא, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די פעטער'ס האדמור''ים מנדבונה ביתר, נדבורנה אלעד, דזיקוב מעליץ, הגה''צ ר' יהושע זעהבאלד אב''ד אלטשטאט אין הרה''ג רבי אהרן אלי' פעלדמאן, ברכה אחריתה די זיידע הגה''צ אבד''ק סערט וויז'ניץ ירושלים. נאכן חופה האט דער מחותן כ''ק האדמו''ר מנדבורנה ירושלים שליט''א מאציל געוועהן מברכת קדשו פארן גאנצן ציבור אין זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים אין זיידע'ס.


א קורצע צייט דערויף איז די רבי ערשינען צום סעודת החתונה אין זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגער ריקודין לכבוד די שמחה. בשעת די סעודת החתונה זענען דורך די ילדי החסידות אין די רבי האט פארטיילט א מתנה א מנחה/מעריב סידור'ל פאר די קינדער. מיט די שבע ברכות נאכן בענטשן זענען מכבוד געווארן די רבנים קרובי המשפחה אין ברכה אחריתה כ''ק האדמו''ר מויזניץ בית שמש שליט''א.


דערנאך האט מען צוגעטראטן צו די מצוה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' בנציון ברעכער האט אויסגערופן די חשובע זיידע'ס הגה''צ אבד''ק סערט וויז'ניץ ירושלים אין הגה''צ אבד''ק ראצפערט בראזיל, די פעטער האחים האדמורי''ם והרבנים לבית נדבורנה אין צום קלימאקס דער בעל שמחה דער נדבורנה רבי'ן שליט''א, וועם דער בדחן האט אויסגערופן מיט רירענדע חרוזין, נאכגעפאלגט מיט ניגוני ימים הנוראים אין דער פייערליכע ריקוד וואס די רבי איז געטאנצן כדרכו בקודש מיט גרויס התלהבות על כלות הנפש, וינעו אמות הסיפים.


צווישן די פילע אדמור''ים ורבנים וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמור''ים מרחמיסטריוקא, סלאנים, וויז'ניץ בית שמש, סאסוב, קרעטשניף ירושלים, קרעטשניף סיגעט, פרימשילאן, שומרי אמונים, פיטסבורג, זוועהיל, נאראל, זוטשקא, זוטשקא אמסאנא, זוטשקא ירושלים, סטריקוב, שאץ ויזניץ, ביאלא ב''ב, ביאלא ב''ש, ביאלא רמת אהרן, סטראפקוב, סטריקוב סטרופקוב, האחים האדמור''ים מקרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, טשערנוביץ, מיאלען, האדמורי''ם משידלובצא, לעלוב בראנוביץ, ירוסלאב, גארליץ, חוסט, לינסק, קליוולאנד, הרבנים הגאונים אב''ד סקולען ב''ב, אב''ד ביליץ, אב''ד מאקאווא אשדוד, הגה''צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויז'ניץ, הגה''צ רבי חיים הערש מייזליש ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הגאון ר' חיים יצחק לנדאו גאב''ד בני ברק, הגאון ר' שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, הרה''צ ר' אבררהם הלברשטאם אב''ד קרית צאנז טבריה, הרה''צ ר' יצחק ישעי' האגער אב''ד ויזניץ אשדוד, הרה''צ ר' יעקב מרכי האגער אב''ד ויז'ניץ אלעד, אב''ד ראחמסטריווקא בני ברק, אב''ד סטריקוב בני ברק, הרה''צ ר' זאב ארנסטר אב''ד מאור חיים ירושלים אין נאך צענדליגער אישי ציבור אין אנשים מכובדים.