top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שפאנונג ביי שלומי אמוני ישראל מיטצוהאלטן געהויבענע ימי השמחה בצל המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן

מונטאג פ' שופטים - כ"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות


טויזענטער אידן בארץ ובגולה גרייטן זיך מיטצוהאלטן געהויבענע ימי השמחה בחצרות הקודש לעלוב און וויזניץ, ווען דער וועלט בארימטער משפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועט אונטערפירן בנו חביבו החתן יצחק אייזיק שליט"א אונטער די חופה אין א מזל'דיגע שעה, עם בת גילו א טאכטער פון הגה"צ ר' ברוך שמעון ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת ויזניץ, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל לוריא שליט"א דומ"ץ ויזניץ אנטווערפן, אור אייניקל פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע.


די געהויבענע ימי השמחה וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת שופטים הבא עלינו לטובה, ביי די גרויסארטיגע עליה לתורה וואס וועט געפראוועט ווערן בעיר הקודש ירושלים, א ריזן היכל ווערט אויפגעשטעלט ברחבת זופניק אויף רחוב שטראוס אין ירושלים, וואו עס וועט פארקומען די באטע ליל שבת קודש, שמחת האויפרוף און קידושא רבא, און שלש סעודות און די שמחת הפארשפיל במעמד אלפי ישראל, ווען הגה"צ המשפיע ר' אלימלך וועט דערהייבן דעם ציבור מיט לעבעדיגע ריקודין פאר לענגערע שעה'ן.


לכבוד די גרויסע שבת אויפרוף איז ערווארטעט א ריזן צאל געסט פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, און אזוי אויך צענדליגע געסט פון אויסלאנד וואס קומען צו פארן מיטהאלטן די גרויסע שמחה במעון הקודש פונעם חשובן משפיע. א ספעצעילע וועד הכנסת אורחים טוט פארפיגן אויף אלע גשמיות'דיגע אנגעלעגנהייטן צוצושטעלן אש"ל מלא פאר די הונדערטער געסט אויף א ברייטע פארנעם.


די גרויסע שמחת החתונה וועט פארקומען מאנטאג פרשת כי תצא ד' אלול, אינעם גיגאנטישן בנין בית וויזניץ, היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית ויזניץ בני ברק, וואו עס ווערט צוגערישט טויזענטער פלעצער פאר אלע חסידים ואנשי מעשה וואס קומען מיטהאלטן דעם גרויסן שמחה. שבת שבע ברכות וועט פארקומען בקרית מלך רב אין קרית ויזניץ בני ברק, בצל הקודש פונעם געהויבענעם עלטער פעטער מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א. דער ויזניצער רבי וועלכער האלט זיך אויף די טעג אויף אפרוה אין חלדודנא ענגלאנד, איז ערווארטעט זיך צוריקצוקערן אהיים דעם קומענדיגן זונטאג ג' אלול, צו באשיינען די גרויסע שמחת החתונה בחצר הקודש.


דעם קומעדיגן מיטוואך ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול וועט די משפיע ארויספארן אויף א נסיעה צום מערת המכפלה אין חברון מעתיר זיין בדבר ישועה ורחמים כהכנה דרבה צו די געהויבענע ימי השמחה.


הנה ימים באים.





Comentarios


bottom of page