top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ וומסב"ג באנייט פראכטפולע ביהמ"ד הגדול אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי

דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א באשיידענע מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען פארגאנגענע דינסטאג פאר די נייע פראכטפולע בנין בית המדרש אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי, וואס איז געבויעט געווארן אין לויף פון די לעצטערע חדשים דורך הנהלת מוסדות וויזניץ אין וויליאמסבורג, יאר יערליך אין לויף פון די זוממער וואכן טוט כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג שליט''א וויילן אין די יונגל קעמפ אין ליבערטי, אבער כדי נישט צו שטערן די סדר היום פון די ילדי המחנה, טוט דער רבי אפרעכטן די תפילות און טישן אין א עקסטערע בית המדרש, וואס דינט בלויז פאר די תושבי המחנה.


די לעצטע פאר יאהר איז אבער די בית המדרש אויסגעוואקסן איר מאקסימום, איבערהויפט נאך וואס דער רבי האט איבערגענומען דעם כתר האדמורו"ת און פילע אידן קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו דורכאויס די געהויבענע שבתים אין די זוממער וואכן כשהמלך בשדה, פילע חסידים קומען אהין פראווענען די שמחות, און עס איז פשוט נישטא קיין פלאץ צום דאווענען.


דעריבער זענען די עסקני המוסדות אריינגעשפרינגען אין א פראיעקט אויפצובויען א שפאגל נייע בנין בית המדרש פארן רבי'ן, הנגיד החסיד ר' שמעון דושינסקי מגדולי תומכי המוסדות האט זיך צוערשט אנגערופן מיט א פאנטאסטישע סומע צו דעקן די קאסטן אויפצובויען דעם בנין, דערנאך האט הנגיד החסיד ר' אברהם חיים שאמועל זיך אונטערגענומען אויסצוצאלן אלע אנדערע אויסגאבן פון דעם פראיעקט ועל שמו יקרא 'בית שאמועל'. און אצינד האט מען טאקע באנייט דעם הערליכן גרויסן בנין, א שיינע לופטיגע היכל בית המדרש פאר די תפילות און טישן, גענוג פלאץ פאר די מנינים און שיעורי תורה פאר אלע וויזניצע חסידים וואס וויילן אין געגנט דורכאויס די זוממער, און אזוי אויך א לופטיגע פלאץ פאר די כולל אינגעלייט צו קענען לערנען מיט הרחבת הדעת אויך אין די זוממער וואכן. אין צוגאב האט ק' אברהן חיים שאמואל מנדב געוועהן אן אוצר הספרים כראוי וכיאות אין ווערד פון הונדערט טויזנט דאללער.


דעם דינסטיג אויפדערנאכט איז די וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג אנגעקומען צום נייעם היכל הביהמ''ד אינעם יונגל קעמפ ווי די רבי האט געדאווענט מעריב אין דערנאך קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג צום ביהמ''ד, נאכן קביעת מזוזה האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד המאורע אין משמיע געוועהן דברות קודש ווי די רבי האט שטארק משבח געוועהן די נדיבים בעם וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פארן נייעם פראכטפולן ביהמ''ד.

bottom of page