top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת פרשת בהעלותך בחצרות הקודש

שבת ווערדאן: יהדות בארא פארק גרייט זיך מיטצוהאלטן דעם היסטארישן 'ערשטן שבת' במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, וואס וועט אפרעכטן דאס ערשטע שבת נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת לאחר הסתלקותו פון הרה"ק מווערדאן זי"ע. חסידים ואנשי מעשה פון בארא פארק וועלן האבן די זכיה מיטצולעבן א דערהויבענע שבת מיט דעם 'נדברונא קאך' גענוי ווי מ'האט זוכה געווען בהילו נרו על ראשינו ביי הרה"ק מווערדאן זי"ע. חסידי ומעריצי בית ווערדאן פון איבער גרעיטער ניו יורק וועלן קומען צופארן קיין בארא פארק מיטצוהאלטן דעם היסטארישן 'ערשטן שבת' בצל הקודש פון בנו וממלא מקומו.

די תפלות וועלן פארקומען אין ביהמ"ד 'קדושת יוסף ווערדאן' אויף די זעכצענטע עוועניו, און די טיש ליל שב"ק און של"ס אין היכל הגדול והמפואר שע"י בית אסתר אין צענטער פון שטאט, ווי עס איז ערווארטעט א ריזן ציבור צושבי העיר ובראשם אדמורי"ם ורבנים שליט"א.

שבת סקולען: די שטאט וויליאמסבורג וועט דעם שבת האבן די זכיה מיטצולעבן דעם 'ערשטן שבת' במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון מאנסי וועלכע קומט אן צוגאסט אין שטאט לרגל די שבת שבע ברכות פון בנו החתן. די תפילות און טישן קומען פאהר אין סקולענ'ע ביהמ"ד.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א איז צוגאסט אויף שב"ק אין בארא פארק און וועט מיטהאלטן אלע תפילות און טישן בצל חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א וויילט אויף דעם שבת אין בארא פארק. די תפלות און טישן אין זאל פון בית אסתר.

שמחת בית סאטמאר - דושינסקיא – קארוב: אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

שמחת בית ראחמיסטריווקא - סקולען – וויזניץ: אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק.

שמחת בית סלונים: פון דאפלטע אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א - אין גרויסן סלונימ'ע בית המדרש אין ירושלים.

שמחת בבית טשערנאוויץ – ויזניץ - קרעטשניף – בית שמואל צבי ספינקא: אין זאל בית אסתר אין בארא פארק.

שמחת בית קאסאן פארשעי - ראפשיץ - נאדיפאלי - טענקא – קאלוב: אין בית המדרש שמן למנחה נאדיפאלי אין לעיקוואד.

שבת שבע ברכות בבית וואלקאן – דושינסקיא-וומסב"ג – מיהאלדי: אין זאל ויואל משה אין וויליאמסבורג.

שבת שבע ברכות בבית אלכסנדר - שאץ ויזניץ זוועהיל: אין זוועהילע בית המדרש אויף רחוב שמואל הנביא אין ירושלים.

שבת שבע ברכות בבית לעלוב בית שמש - לעלוב קארלין: אין ביהמ"ד לעלוב קארלין אין בני ברק.

שמחת בית זידטשויב – בערעגסאז: אין שטאט טברי'.

שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה ביי הרב ישראל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לונדון שליט"א (חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א) וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א (חתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א) - אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק.

שמחת הקידושא רבא לרגל די געבורטס פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, בת לבנו הגה"צ ר' לוי יצחק גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא בארא פארק וראש הכולל פאפא חתן כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א - אין ביהמ"ד פאפא אין בארא פארק.

שמחת הקידושא רבא לרגל די געבורטס פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א, בת לבנו הרב שלום עוזר האגער שליט"א, חתן הגה"צ ר' חיים מיכאל ביבערפעלד שליט"א אבד"ק טשארטקוב לונדון - אין ביהמ"ד טשארטקוב זלאטיפאלי אין די טאטענהעם געגנט אין לאנדאן.


Comments


bottom of page