top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס 'נשי אדירי התורה' ברענגט צוזאם טויזנטער נשים צדקניות אין לעיקוואד

דינסטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אינעם עיר התורה לעיקוואד איז פאריגע וואך פארגעקומען א מאסיווע כינוס 'נשי אדירי התורה', וואס האט צוזאמגעברעגנט טויזענטע נשים צדקניות וואס זייערע מענער זענען זיך ממית באהלה של תורה אין די מבצרי התורה שע"י בית המדרש גבוהה סיי פון די לעיקוואד כוללים ווי אויך פון די די 25 כוללים אין בית מדרש גבוה איבער די וועלט.


די יעצטיגע כינוס קומט נאכפאלגענדיג די ריזן 'כינוס אדירי התורה' וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם זוממער אין פילעדעלפיע מיט די באטייליגונג פון איבער פינף און צוואנציג טויזענט יודן וועלכע האבן צוזאמען ארויסגעברענגט זייער חשיבות און שעצונג לכבודם פון די איבער זיבן טויזענט אינגעלייט עמלי התורה אין ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואוד. 


ביי די יעצטיגע כינוס איז ארויסגעגעבן געווארן די געוואלדיגע חשיבות און מסירת נפש פון די טויזענטער נשים צדקניות, אשת חבר כחבר, וואס זענען גלייכע שותפים אין די מורא'דיגע קידוש שם שמים. 


די מעמד איז פארגעקומען תחת כיפת השמים אויף א ריזן שטח אין שטאט לעיקוואד בהשתתפות פון די גדולי ראשי הישיבות און חשובי הרבנים שליט"א. צווישן די רעדנער'ס האבן אויפגעטראטן: דער ראשי הישיבה הגאון האדיר ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבה ד'לעיקווואד, הגאון הגדול רבי ירוחם אולשין שליט''א, אין דער גאסט רעדנער הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער ראב''ד לאנדאן,  וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן צו דעם דעם מסיבה, ווי אויך האט מען מהנה געווען די נשים צדקניות מיט ספעציעלע שירה וזמרה און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון פירן א תורה'דיגע שטוב.




























Comments


bottom of page