צעהן אזייגער ביינאכט אין ארץ ישראל איז כ''ק האדמו"ר מבעלזא שליט''א ערשינען אין היכל ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא, וואו דער רב שליט"א האט געדאווענט תפילות מעריב און דערנאך ספירת העומר ברב עם הדרת מלך כנהוג. ביים אריינקומען זענען די הונדערטער חסידים ארויס אין א פייערדיגן ריקוד אויפן ניגון ''שמחתי באומרים לי בית ה' נלך". פריער אין די נאכמיטאג שעות האט מען צוריק אריינגעפירט די ספרי תורות צום ארון קודש מיט נגונים און טענץ באגלייט מיט פאקלען.


Comments