top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְגִילו צַדִּיקִים • הונדערטער תלמידי וחסידי פאפא מיטגעפריידט בשמחת רבם ומאורם כ"ק האד' מפאפא שליט"א

זונטאג פ' לךלך • ז' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי ה., ברוך ל., מ.מ.מ, אין מרדכי כ.


מיט גרויס שמחה והתרוממות איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געוואָרן די חתונה הגדולה בחצר הקודש פאפא די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה''ג ר' חיים שלמה זינגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק קאלאמייא שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א.

די שבת עלי' לתורה איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג, בצל הקודש פון גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. לכבוד די שמחה האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון די פילע געסט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די שמחה בצל הקודש.


די קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי, מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים, אין נאכן אויסגעראמען דברי כיבושין דורך הרה"ג מוה"ר ברוך לעווינשטיין שליט"א ר"מ בישיבה גדולה פאפא איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון כתר ריזל. נאכן אנטוהן די קיטל פארן חתן האט די רבי שליט''א אריינגעלייגט שטרוי פון הרה''ק מבעלזא זי''ע אין זיין שטריימל, אזוי אויך אין די שטריימל פון בנו הגה''צ רבי מאיר דער מחותן אין דער שטריימל פונעם חתן, דאן האט די רבי געבענטשט די חתן.

די חופה איז פארגעקומען תחת כיפת השמים פארענט פון די בנין התלמוד תורה. מען האט פארגעזונגען ווארימע ניגונים דורך די מקהלת המזמרים לבית פאפא. כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א זיידע פונעם חתן איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן ר''מ בישיבת באבוב זיידע פון די חתן, ברכות ראשונות די זיידע הגה''צ אב''ד קאלאמייע, אין ברכה אחריתה די זיידע הגה''צ אב''ד וראש ישיבת אלכסנדר. דער גאנצער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע רקידה, דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור ברכות לרוב. נאכן חופה איז די רבי ארויף צום ייחוד שטוב אין אנגעוואונטשן די חתן כלה אין ארויס אין א ריקוד מיט די חתן אין מחותנים.

עס האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה מיט די ריקודין של שמחה, ווען אינדערצווישן איז אָנגעקומען צענדליגע אדמור''ים ורבני העיר שליט"א. צווישן זיי די פעטער'ס כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א אין כ''ק האדמו''ר מפאפא בארא פארק שליט''א מיט וועם די רבי שליט''א איז געטאנצן באזונדער. בעת די ריקודין האט מען א לענגערע צייט געזינגען דעם נייעם ניגון 'אברכה את השם' וואס דער מחותן הרה''צ רבי מאיר האט פארפאסט לכבוד די שמחה. עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען די פעטער כ''ק האד' מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א האט געבענטשט ברכת המזון. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הרה"ג רבי שמשון כץ ראש ישיבת פאפא, די פעטער הגה''צ אבד"ק לימונוב שליט"א, די פעטער הגה''צ רבי אהרן גרינוואלד דומ''ץ פאפא, כ''ק האדמו''ר מצאנז קרייז, אין הגה''צ אבדק''ק באבוב 45. דערנאָך איז פאָרגעקומען די גרויסע מצוה טאנץ. עס האט אויסגערופן דער בדחנא דמלכא מוה"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו. צום ערשט האט ער אויפגערופן די זיידע די פאפא רבי שליט''א, איידערן צוטערטן צו די עבודת הריקודין האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש אין אריינגעבלאזן א געוואלדיגע התחזקות אין אמונה מען זאל קענען משפיע זיין ישועות פון די ריקודין בפרט יעצט, מיט די מאורעות הזמן די עת צרה אין ארץ ישראל. נאך די ריקודין קדישין איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט בנו הגה''צ רבי מאיר אין א באזונדערע ריקוד מיט אלע דייני הקהילה אין דערנאך מיט אלע קינדער אין אייניקלעך.

דערנאך האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס הגה''צ אב''ד קאלעמייע אין הגה''צ אב''ד אלכסנדר, די פעטער האד' מוויז'ניץ מאנטריאל, די מחותנים אין צום שלוס חתן כלה.






































































































Comentarios


bottom of page