top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקווירא תושבי ארצינו הקדושה געבליבן געשטראנדעט אין שיכון סקווירא אין ליכט פון מלחמה צושטאנד

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


צווישן די באטראפענע אידן פון די מלחמה אין ארץ ישראל, ציילן זיך א גרויסע גראפע חסידי סקווירא, אנשים נשים וטף וואס זענען געקומען צו פארן אויף יו"ט קיין שיכון סקווירא און עפ"י הוראת הקודש זענען זיי פארבליבן אין שטעטל עד יעבור זעם.


ווי באקאנט איז 'שמחת תורה' איינע פון די גרעסטע זמנים אין יאהר אין חצר הקודש סקווירא, ווען חסידים פון איבער די גאנצע וועלט קומען צו פארן קיין שיכון סקווירא מיטצוהאלטן די געהויבענע הקפות בצילא דמהימנותא. אויך דאס יאר זענען הונדערטער אידן געקומען צו פארן פון ארץ ישראל קיין סקווירא, אויף יו"ט סוכות.


ווען די חסידים זענען אריין צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא לשיט"א און אנגעפרעגט חוות דעת קדשו אויב זיי זאלן אהיימפארן קיין ארץ ישראל אדער פארבלייבן אין ניו יורק זייענדיג באזארגט איבער דער מצב המלחמה, האט דער רבי איבערגעגעבן די הוראה אז מען קען צוריקפארן אין ווער עס האט מורא קען פארבלייבן אין שיכון סקווירא ביז דער מצב וועט זיך בארואיגן.


פילע חסידים זענען טאקע פארבליבן אין שטעטל און זענען איינקווארטירט געווארן אין אכסניות דורך 'וועד הכנסת אורחים' דשיכון סקווירא. אזוי אויך האבן זיי באקומען א ספעציעלע הנחה אין די ארטיגע גראסערי'ס און די קינדער און בחורים זענען אנגענומען געווארן אין די סקווירא מוסדות אין שטעטל.


באזונדער האט זיך געעפענט א כולל אברכים פאר די יונגעלייט פון בית שמש, וואס גייען ווייטער אן מיט די סדרי הלימודים אין איינע פון די חדרי התפלה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.

Comments


bottom of page