מונטאג פ' כי תצא - ד' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
א גרויסער עולם איז ארויסגעקומען אויף שבת לפני הילולא און שבת מברכים חודש אלול קיין קרית יואל וואו דער רבי שליט"א האלט זיך אויף פאר מנוחת הנפש אין די משך פון די זומער וואכן. אש"ל מלא איז צוגעשטעלט געווארן פאר אלע געסט וועלכע זענען געקומען צופארן אויף קרית יואל מיטצוהאלטן דעם שיינעם שבת בצל הקודש.
ביים טיש פרייטאג צונכאסט האט דער רבי שליט"א דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק מסאטמאר זצוק"ל לרגל די יארצייט. נאכן בענטשן איז פארגעקומען א שלום זכר פון רבינ'ס אייניקל הרב אלעזר פריעדמאן שליט"א בן כ''ק האד' מסעליש שליט"א נכד האדמו"ר בעל 'דובר משרים' מספינקא זצ"ל דעם רבינ'ס עלטערע ברודער, און א איידעם ביי בנו הגדול פון רבין שליט"א הרה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א דומ"ץ ספינקא.
די קלימאקס פונעם שבת איז געווען ביי שלש סעודות וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעברענגט א גרויס התעוררות ביים עולם.
ארום חצות הלילה מוצאי שב"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מלוה מלכה וואו מען האט געזונגען זמירות פון מוצאי שב"ק. דערנאך האט מען דערציילט עובדות וסיפורים פון די בעלי הילולא. נאכן בענטשן און טיילן די קנאבל כדרכו בקודש איז דער רבי שליט"א בראש קהל חסידיו אנגעקומען צום ביה"ח אין קרית יואל וואו דער רבי שליט"א האט פוקד געווען דעם ציון הק' אין קרית יואל. ארום דריי אזייגער איז דער רבי שליט"א פארלאזט דעם בית החיים.
זונטאג אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום תפילת ערבית און דערנאך ממשיך געווען מיט א שלחן לחיים. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט דברי תורה ממשנתו פונעם בעל הילולא.
צומארגנס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין די ספינקא ישיבה. דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שלחן לחיים. ארום זעקס אזייגער איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו צום בית החיים קיין ניו דזשערזי וואו דער רבי שליט"א האט צום ערשט אנגעצינדן דעם נר תמיד און צוגעגאנגען צום עמוד. די אוהל הקדוש איז געווען געפאקט מיט די פילע מתפללים און חסידים. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות א שעה צייט, וואו דער רבי שליט"א האט איינגעריסן על הכלל ועל הפרט. די בכיות וואס מען האט ארויסגעהערט פונעם אהל איז געווען אומברשרייבליך. דערנאך האט מען געזונגען עטליכע מאל מיט גרויס התעוררות דעם ניגון פון 'הגלה נא' אויף די ניגון פון 'גלות גלות' וואס איז לעצטאעס נתפרסם געווארן אלס סגולה פאר עלטערע בחורים געהאלפן צו ווערן מיט שידוכים.
דערנאך איז יעדער א דורך מיט א קוויטל וואו דער רבי שליט"א האט דאס פארגעליינט ביים ציון הקדוש וואס האט גענומען איבער צוויי שעה. דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויפן ציון הק'. דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם ביה"ח ארום ניין אזייגער פארנאכטס.
די סעודת הילולא איז פארגעקומען אינעם שכינות'דיגן זאל אין ניו דעשערזי וואו עס איז צוגעשטעלט געווארן א ריזיגן מקום רחבת ידים אז דער רבי שליט"א זאל קענען דארט פירן דעם שלחן הטהור אויף א ברייטן פארנעם.
בשעה 9:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור. דער רבי שליט"א האט מסיים געווען ש"ס. און דערנאך האט אויפגעטרעטן, בנו הגדול הרה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א דומ"ץ ספינקא, און הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א אבד"ק ספינקא ב.פ. עס איז שוין געווען ארום עלעף אזייגער ווען מען האט געבענשט ברכת המזון. דער רבי שליט"א איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל וואו ארום חצות הלילה איז פארגעקומען די שמחת הוואך-נאכט פון א אור אייניקל ביים רבין שליט"א.
Comments