top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אש קודש נעמט ארום כלל ישראל צו ראטעווען דעם ציון המצוינת אין שטאט שענדישוב פון צוריק פארפאלן ווערן

פרייטאג פ' האזינו א' • כ"ט אלול תשפ"ג • ערב ראש השנה תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג אין די יעצטיגע טעג, ווען אידן אומעטום גיסן זיך אויס די הערצער פארן בורא כל עולמים מיט די באקאנטע תפלה "עשה למען שוכני עפר", שטייט א גאנצע הייליגע בית החיים אין שטאט שענדישוב אין פולין א מקום ווי עס רוען שוכני עפר, אין א שרעקליכע סכנה, ווען מען קוקט ארויס מיט אנגסט די נאכפאלגן און דעם שרעקליכן חילול הקודש וואס עס דראעט זיי, אויב עס וועט ח"ו נישט געלונגען אהערצושטעלן די ריכטיגע הצלה דאס אפצוראטעווען בעוד מועד.


פילע שווערע יארן איז אדורך אויף דעם בית החיים, ווען ליידער האט געדראעט אויפן בית החיים נאכן ביטערן מלחמה משך פון די אלע שווערע יארן, א מצב פון כלי' און שרעקליכער בזיון, באזונדער אויפן ציון הקדוש פון דעם גרויסן צדיק וקדוש הגה"ק רבי אברהם משענדישוב זי"ע, דער לעצטער אייניקל פון היילגן ראפשיצער רב זי"ע, וועלכער האט בשעתו פארשיינט די וועלט באור קדושתו.


עס געפונט זיך אויך אינעם שטח פונעם בית החיים א גרויסער "קבר אחים", ווי עס זענען נטמן געווארן פילע קדושים הי"ד, וועלכע זענען אויסגעהרג'עט געווארן דורך די רוצחים הארורים ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג. במשך די צייט האבן זיך צוביסלעיך צוזאמגענומען עסקנים פון רבנים חשובים ובני המשפחה, ווען מען האט אביסל אהערגעשטעלט א דעכל איבערן אמאליגן אהל און ציון הקדוש פון שענדישוב'ער רב זי"ע, און דערמיט געהאפט אז דאס זאל פארבלייבן לכבוד ולתפארת.

דא זענען אבער אונטערגעקומען פרישע פראבלעמען אין די פארגאנגענע יארן, נאכדעם וואס אן ארגאניזאציע אפשטאמיגע פון אידן, האבן זיך געהאט דערקלערט בעלות דערויף, און צוביסלעך איז דורך זיי אנגעקומען די השתלטות צו גוי'אישע הענט רח"ל, וועלכע האבן דאס אנגעהויבן נוצן פאר זייערע אינטערעסן, אריינצוברענגען אהין זייערע פארוויילונגען רח"ל.


פאר אייניגע יאר צוריק האבן גאר חושב'ע עסקנים אין שפיץ פון הרה"ג בנש"ק רבי ישראל הורוויץ שליט"א פון מאנסי, אנגעהויבן א גאר שווערע ארבעט פון פין אונטערווענץ און פארהאנדלונגען צו באקומען סיי וואספאר א שטיקל בעלות אויפן מקום, און דערמיט דערקלערן שטייפקייט אפצוראטעווען דאס מקום קדוש.

אינצווישן איז געלונגען אהערצושטעלן א פראכטפולער אהל און נאך אקטיוויטעטן, וואס דינט קלאר אז "מיר זענען דא אויפן בית החיים", און מען וועט טון אלע השתדלות אז דער מקום קדוש מיטן קבר אחים זאל בלייבן א תל תלפיות, און ח"ו נישט פאלן לחרפה ולבוזה.

אין די יעצטיגע טעג איז די מצב גאר קריטיש, און כדאי צו פארענדיגן און בלייבן מיט אן אחוזה אויפן בית החיים פאדערט זיך אהערצושטעלן גרויסע נדבות פון אחינו בני ישראל, וועמענ'ס הערצער וועלן זיכער נישט פארשווייגן די שרעקליכע מצב פאר שוכני עפר, און בפרט פון אט די קדושים זי"ע. די עסקנים אין שפיץ פון חשוב'ע שענדישוב'ער איינקלעך האבן זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט אהערצושטעלן א גאר שטארקער קאמפיין, ארויסצוקומען אין די ברייטע גאס, מיט א ווייטאגליכער אפיעל, ווען מען בעט זיך "הצילינו אך הפעם"... אהערצושטעלן דעם כבוד און בעלות אויפן בית החיים.

ווי אויך קומט ארויס א ספעציעלע הילפס רוף און קול קורא פון אדמורי"ם ורבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אייניקלעך פון שענדישוב'ער רב זי"ע, וועלכע בעטן זיך ביים ברייטן ציבור אנצוריפן מיט איינמאליגע סכומים צו קענען אפשטעלן דעם חילול הקודש, און דערביי פארזיכערן דעם עשה למען שוכני עפר, זיי זאלן קענען רוען במנוחם כבודם כראוי.

מערערע אסיפות און בעראטונגען זענען פארגעקומען ביי די חשובע גדולי האדמורי"ם והרבנים וועלכע האבן ארויסגעגעבן א קריאת הקודש והוראת שעה איבער די וויכטיגקייט פון די יעצטיגן פראיעקט למען הציון הקודש ושמירת בית החיים.

צווישן די חשובע אדמורי"ם ורבנים נכדי הסב"ק ציילן זיך כ"ק האדמורי"ם משענדישוב - דינוב - גאלאנטא - בורשטין - וויעליפאלי - הגה"צ רבי חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב, הרבנים הגאוה"צ מקאזיווע מפארשעי וגיסם הרה"ג ר' יעקב האניג שליט"א משפחת הרב ר' חיים יוסף הלברשטאם זצ"ל מבארדיוב – דאמבראווע וחתנו הרב ר' יעקב יצחק אונגאר זצ"ל מנייטרא, הגה"צ אבד"ק זרע קודש ראש ישיבת בית מאיר, אזוי אויך איז שוין פארגעקומען אן אסיפה אין לאנדאן בבית כ"ק אדמו"ר מסטראזניץ שליט"א אין און שיקאגוי בבית הגאוה"צ בני כ"ק אדמו"ר מזידישטוב שיקאגוי שליט"א לרפו"ש, און נאך.

אין די קומעדניג טעג פאלגן נאך ווייטערדיגע אסיפות בביתם של הרבנים ואדמורי"ם נכדי הרה"ק משענדישוב זי"ע, אין פארשידענע שטעט ווי אויך מעבר לים, מיטן האפענונג אז עס זאלן ארויסקומען א קידוש ד', אן מען זאל קענען אהערשטעלן א משמרת אויפן הייליגן מקום.


יזכור אהבתם ויחיה זרעם שלא תאבד, עס איז זיכער אז די זכותים פון דעם גרויסן צדיק און די גרויסע זכותים פון אזא מצוה וועלן ביישטיין פאר אלע תורמים צו געבענטשט ווערן בכל משאלות לבבינו לטובה מיט א כתיבה וחתימה טובה.


אבינו מלכינו עשה למען שוכני עפר!.






Comentários


bottom of page