מונטאג פ' ואתחנן - ו' אב תשפ"ג | קול בחצרות
טויזענטער תלמידי וחסידי דושינסקיא ברחבי תבל גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסארטיגן און היסטארישן שמחה בבית צדיקים, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, בת לבנו הגה"צ ר' אהרן שמואל שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא, מיט די חתן א אייניקל פונעם רבינ'ס איינציגסטע ברודער הגה"צ אבד"ק ור"ם דושינסקיא שליט"א פון בית שמש, בן לבנו הגה"צ ר' רפאל פרץ דושינסקיא שליט"א רב ביהמ"ד מהרי"ם דושינסקיא אין שטאט בני ברק. אייניקלעך פון כ"ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן שליט"א ראש ישיבת שומרי החומות, און הגה"צ ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א, איידעם ביי הרה"ק בעל ברכת משה מסערט ויזניץ זצ"ל.
די היסטארישע שמחת החתונה בחצר הקודש ברענגט ארויס הייליגע געפילן פון נאסטאלאגיע ביי אלע תלמידים וחסידים, ווען עס איז דאס ערשטע מאל וואס די צוויי איינציגע ברידער, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און דער דושינסקיא רב פון בית שמש, זענען זיך משדך צווישן זיך, ווען חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים עיה"ק.
די געהויבענע ימי השמחה וועט זיך אנהייבן דעם שבת קודש פרשת ואתחנן שבת נחמו, ביים גרויסארטיגן שבת של שמחה שבת אויפרוף, וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אין די ריזן אודיטוריום אין בני ברק, אין שפיץ פונעם געהויבענעם מחותן דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער וועט פראווענען די געהויבענע שבת של שמחה אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק.
די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן דעם נאכפאלגענדן מאנטאג י"ג אב במעמד אלפי ישראל תלמידים חסידים ואנשי מעשה, ווען אין די לעצטע פארבליבענע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן די לעצטע דעטאלן ארום די גרויסע חתונה וואס וועט פארקומען אינעם ריזן אודיטוריום אין בני ברק.
שבת שבע ברכות פרשת עקב וועט געפראוועט ווערן במחיצת הקודש אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אויף רחוב שמואל הנביא אין ירושלים, וואו עס זענען ערווארטעט א גרויסע ציבור געסט פון אלע שטעט אין ארץ ישראל און אויך פון חוץ לארץ.
אין די זעלבע צייט טוען די תלמידי הישיבה הקדושה עוסק זיין בלימוד התורה שעות רצופות לקראת די גרויסע שמחה, היינט מאנטאג האט הגה"צ אב"ד דושינסקיא בית שמש אויפגעטרעטן מיט א שמועס אין היכל ישיבה לצעירים אין בית שמש, וואו ער האט מעורר געווען די בחורים צו מאכן די ריכטיגע הכנה לכבוד די שמחה, און א ספעציעלע כוללות קוויטל וועט געגעבן ווערן פארן רבי'ן שליט"א מיט די אלע נעמען פון די בחורים וואס וועלן זיך אויסצייכענען בלימוד שעות רצופות.
ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברנה יגילו.
Comments