top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ג' חשוון • יארצייט טיש אין באיאן אפגערופן; עצרת תפילה אין סאדיגורה

מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א דראמאטישע שריט איז אפגערופן געווארן דער יארצייט טיש בחצר הקודש באיאן וואס האט געזאלט פארקומען מארגן דינסטאג נאכט ליל ג' חשוון לרגל די הילולא קדישא פונעם ראש שושילתא דדהבא דער סבא קדישא מרוזין זי''ע וואס איז פון די סאמע גרעסטע טישן אין יאהר בחצר הקודש באיאן. דאס קומט נאך די דירעקטע הוראות הקודש פונעם באיאנער רבי'ן שליט''א אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מצב בארצינו הקדושה, די שרעקליכער מאורעות אין בלוט פארגיסונג וואס האט זיך ליידער לעת עתה נישט בארואיגט. די רבי וועט לויטן פלאן זיך וואשן צו א יארצייט סעודה בביתו נאווה קודש אויף א באשיידענעם אופן מיט די נאנטע מקורבים אין בני משפחת המלוכה.


אין אלע באיאנער שטיבלעך ברחבי ארץ הקודש וועט מען זיך צוזאמקומען אויף מסיבת מרעים אין סעודות הילולא אין שפיץ פון די רבני ומשפיעי הקהילה.


גלייכצייטיג איז אפגערופן דעם היסטארישן מעמד מזמור לתודה צו פייערן דעם יובל שנת השבעים פון די התייסדות הישיבה דחסידי באיאן בארץ הקודש, וואס איז געוועהן געפלאנט אויף דעם קומענדיגן וואך אין איז צוליב די אומשטענדן אפגעשטופט געווארן אויף אן אנדערע געלעגנהייט ווען דער מצב וועט זיך בארואיגן.



אין אנדערע נייעס האט כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א פאררופן אן עצרת תפילה ותחנונים פאר קהל עדת חסידי סאדיגורה, אנשים, נשים וטף, אויף מארגן אור ליום ג' חשון ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רוזינער זי''ע וואו מען וועט בעפאר דעם עריכת שולחן הטהור איינרייסן מיט תפילות ובקשות בזוכו של אותו צדיק, פאר אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי' אין די מלחמות זאלן נישט קאסטן דאס לעבן פון איין אידיש נפש.


מען וועט דאווענען מעריב אין דערנאך הערן דברי התעוררות אין דער חובת השעה פון כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א, דערנאך וועט מען זאגן פרקי תהילים, סדר סליחות אין די אבינו מכלינו'ס. נאכן עצרת תפילה וועט די רבי שליט''א אפרעכטן דעם שולחן הטהור לכבוד די גרויסער הילולא.


Comments


bottom of page