מיטוואך פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת, גלה כבוד מישראל.
מיט גרויס צער אין ווייטאג האבן תלמידי וחסידי ערלוי היינט אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון האי חסידא ופרישא הגאון רבי עקיבא יונתן אונגאר זצ"ל דיין דק''ק ערלוי אין בני ברק וועלכע איז היינט צופרי נפטר געווארן לחיי העולם אבא אין עלטער פון בלויז צוויי אין זעכציג יאהר.
דער דיין זצ''ל איז געוועהן פון די אנגעזעהנער רבנים אין שטאט בני ברק, א געהויבענער תלמיד חכם א גדול בתורה ובחכמה וירא שמים מרבים. דעם חול המועד סוכות איז ער פלוצים אוועקגעפאלן אין אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערן געזינט צושטאנד אין היינט מיטוואך צופרי האט ער ליידער צוריגעגעבן זיין נשמה ליוצרה. זיין פטירה איז א גרויסער פארלוסט פאר ק''ק ערלוי אין בפרט פאר חברי קהילת ערלוי המעטירה אין שטאט בני ברק וועלכע באוויינען דעם אבידה שאין לה תמורה.
דער חשובער נפטר איז געוועהן א זוהן פון הרה''ח רבי קלמן יהודה אונגאר ז"ל מפארי חסידי ערלוי, אין זיינע בחורישע יאהרן האט ער געלערנט אין די בארימטער ערלוי'ער ישיבה וואו ער האט קונה געוועהן תורה ויראת שמים פון זיין גרויסן רבי'ן הרה''ק בעל 'אמרי סופר' מערלוי זצ''ל. בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצען א טאכטער פון הגאון רבי יעקב יוסף זינגער זצ''ל די רב פון גבעת שמואל, בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט די רעבעצען טאכטער פון יבלחט''א הרה"ח רבי יצחק צבי רייף מחשובי חסידי ויז'ניץ.
דער דיין זצ''ל האט יאהרן לאנג מצפה געוועהן לישועה אין געווארט געהאלפן צו ווערן מיט קינדער אין האט ענדליך זוכה געוועהן אויפגעראכטן צו ווערן מיט זרע של קיימא בשנת תשע''ח - גאנצע דרייסיג יאהר נאך די חתונה ווען עס איז ביי איהם געבוירן געווארן א טאכטער למזל טוב נאך אזויפל יאהר ארויסקוקן אין ווארטן, א יאהר דערויף איז ביי איהם אויך געבוירן געווארן א בן זכר.
הרב אונגאר האט אויך געדינט אלס ראש הכולל 'זיו התורה' אין גבעת שמואל, מיסודו פון זיין שווער די גבעת שמואל'ער רב. אויך איז ער נתמנה געווארן אלס יושב ראש וועד הרוחני פונעם רשת הכוללים דחסידי ערלוי בארץ הקודש, אין איז געוועהן פון די נאנטע מקורבים ביי יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מערלוי שליט''א.
די לוי' קומט פאר יעצט נאכמיטאג פון ביהמ''ד דחסידי ערלוי אין בני ברק אין פון דארט צום בית עלמין אין שטאט אלעד וואו ער וועט קומען לקבורה.
ת.נ.צ.ב.ה.
Comments