top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זיך געוואונטשן 'א גוטע וואך' ביים רבי'ן‎

הונדערטע חסידי סקווירא האבן זיך פארזאמעלט יעצט מוצ"ש פארנט פון ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו דער רבי האט געוואונטשן גוטע וואך פאר'ן ציבור. דאס קומט נאכדעם וואס פרייטאג איז ארויס אן אומאפציעלע מודעה אז מוצ"ש וועט דער רבי וואונטשן אויך פאר די חסידים וואס וואוינען אינדרויסן פון שיכון סקווירא. יעצט מוצ"ש זענען געקומען צו פארן קרוב צו טויזענט חסידים פון איבער גרעיטער ניו יורק און ניו דזורסי און אריינגעכאפט זיך צו וואונטשן ביים רבי'ן וועלכע איז געשטאנען אויפן טעראסע פארנט פון ביתו נאוה קודש. אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז אין לויף פון די קומענדיגע צוויי וואכן וועט געגעבן ווערן די געלגענהייט פאר כלל חסידי סקווירא זיך צו פראווענען ביים רבי'ן לכבוד שבועות, לויט א פונקטליכע סדר.


Comments


bottom of page