top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת קודש פרשת חקת-בלק בחצרות הקודש


שמחת השבע ברכות בבית ויזניץ - נדבורנא חיפה: אין ביהמ"ד הגדול אין קרית ויזניץ בני ברק.

שמחת השבע ברכות בבית בית קוזמיר - קאמארנא – נדבורנא - שאץ ויזניץ: אין ביהמ"ד קוזמיר אין בני ברק.

שמחת השבע ברכות בבית פאלטישאן – נאראל – בראד: אין זאל סעוויל מענאר אין בארא פארק.

שמחת בית גור: שמחת השלום זכר פאר א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, א זון ביי הרב דוד אלתר שליט"א.

שמחת בית סאטמאר: שמחת השלום זכר פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקל ביי בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר-וומסב"ג שליט"א בן לבנו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' חיים לייבוש באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד – אין ביהמ"ד סאטמאר אין לונדון.

שמחת בית מאחנובקא בעלזא - סאסוב: שמחת השלום זכר און די ברית פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, בן הנולד לבנו הגה"צ ר' יוסף מאיר רוקח שליט"א רב הקהילה אין בית שמש חתן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק. דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א איז צוגאסט אויף שבת אין בני ברק לכבוד די שמחה און וועט אפרעכטן די תפילות און טישן בהיכל בית מדרשו אויף רחוב רש"י.

שמחת הקידושא רבא פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א בת לבנו הרב וועלוויל ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי הרב חיים מענדיל לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ ב"ב שליט"א - אין ביהמ"ד נדבורנא אין ירושלים.

שמחת שלום זכר פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א בן לבנו הרב יעקב יוסף ווייס שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קאלוב מונסי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש - אין ביהמ"ד ספינקא אין בורו פארק.

שמחת שלום זכר לרגל די געבורט פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג מונסי שליט"א נכד לבנו הרב חיים שלום ליבוביץ שליט"א בן לבנו הרב ברוך יהודה ליבוביץ שליט"א – אין בית המדרש ניקלשבורג אין מונסי.

שמחת האויפרוף פון החתן בן הגה"צ ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א רב דקהל חסידים אין טבריה בן הגה"צ ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים זצ"ל, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ-ב"ב שליט"א בת הרב חיים יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א חתן הגה"צ ר' אהרן דוד פאנעט זצ"ל - אין בית המדרש קהל חסידים אין טבריה.

 

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וויילט אויף שבת אין מאליבו קאליפארניע, אויף אפרוה.

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וויילט אויף שבת אין קרית פאפא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וויילט אויף שבת אין קרית יואל אין שטוב פון ר' יוסף משה סטרולאוויטש הי"ו – די תפלות ועריכת השולחנות אין זאל כינור דוד אין שטאט.

הרה"צ אב"ד סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א וויילט אויף שבת אין עיר הבירה לונדון. די תפלות און באטע קומען פאהר אין ביהמ"ד סאטמאר אויף קלעפטן-קאמען אין סטעמפארד-היל געגענט.

כ"ק אדמו"ר ממבקשי השם שליט"א וויילט אין בארא פארק די אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' רמי שי הי"ו אויף 1340-62.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וומסב"ג שליט"א וויילט אויף שבת אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בארא פארק שליט"א וויילט אויף שבת אין מחנה בנות ישראל וויזניץ אין וואודרידזש.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וויילט אויף שבת אין ווייט-לעיק באנגעלוי קאלאני.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר-מהרי"י שליט"א וויילט אויף שבת אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק.

כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וויילט דעם שב"ק אין שטאט צפת, אויף אפרוה.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע-18 שליט"א וויילט אויף שבת אין גרענד פארק סטעיט אויף אפרוה.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע-48 שליט"א וויילט אויף שבת אין מחנה סקאליע אין סאוט פאולסבורג.

כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מחנה נחלת יעקב וויען אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה.

כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וויילט אויף שבת אין מחנה דינוב אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה.

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א וויילט דעם שב"ק אין קרית יואל, אויף אפרוה.

 

דעם שבת נאכמיטאג וועט געפראוועט ווערן די 'חומש סעודה' פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הילד שלמה נפתלי אלחנן ני"ו - אין גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים.




 

דעם שב"ק געפאלט די שבת פאר די צוואנציגסטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל נחל יצחק מזוטשקא זצ"ל.

דעם שבת געפאלט די שבת פאר די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר ר' אברהם יהושע העשיל מקאפישניץ זצ"ל.




bottom of page